דער „וואַרשעווער פּאַקט‟ אַמאָל און הײַנט

The Warsaw Pact in the Past and Today


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 05, 2015, issue of June 26, 2015.

מיט 60 יאָר צוריק, אין מײַ 1955, האָבן די לענדער פֿון דעם סאָוועטישן בלאָק אונטערגעשריבן דעם אַזוי־גערופֿענעם „וואַרשעווער פּאַקט‟ (אָדער „אָפּמאַך‟), וואָס זײַן ציל איז געווען זיך קעגנצושטעלן די לענדער פֿון „צפֿון־אַטלאַנטישן פּאַקט‟, בעסער באַקאַנטן ווי „נאַטאָ‟. אָט די צוויי פּאַקטן האָבן געשאַפֿן דעם בדרך־כּלל אומזעיִקן פֿראָנט פֿון דער „קאַלטער מלחמה‟.

דער „נאַטאָ‟ עקזיסטירט ביזן הײַנטיקן טאָג, דערצו מיט אַ גרעסערער צאָל מדינותווי פֿריִער, צווישן זיי אויך די געוועזענע מיטגלידער פֿונעם „וואַרשעווער פּאַקט‟. וואָס שייך דעם „וואַרשעווער פּאַקט‟ גופֿא, איז עס שוין, זינט זומער 1991, געוואָרן אַ זײַטל אין דער געשיכטע פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿאָריקן יאָרהונדערט. ס’איז גאָר ניט צופֿעליק, אַז אויף דער לעצטער זיצונג פֿונעם פּאַקט האָט דווקא וואַצלאַוו האַוועל, דער פּרעזידענט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ (אַזאַ מדינה איז דעמאָלט נאָך געווען אויף דער מאַפּע), פֿאָרגעלייגט צעלאָזן די אָרגאַניזאַציע. איינע פֿון די גרעסטע „דערגרייכונגען‟ פֿון דעם „וואַרשעווער פּאַקט‟ איז דאָך געווען די מיליטערישע קאַמפּאַניע אין אויגוסט 1968, וועלכע האָט אָפּגעשטעלט די דעמאָקראַטישע אַנטוויקלונגען אין טשעכאָסלאָוואַקײַ.

אין דער אָפּעראַציע מיטן ציל פֿון „אָנלערנען‟ טשעכאָסלאָוואַקײַ האָבן זיך באַטייליקט 170 טויזנט סאָוועטישע מיליטער־לײַט, ווי אויך 40 טויזנט פּוילישע, און אַ קלענערע צאָל מיזרח־דײַטשישע, אונגאַרישע און בולגאַרישע סאָלדאַטן און אָפֿיצירן. דער דײַטשישער קאָנטינגענט איז געשטאַנען אויף דער גרענעץ און, אַ חוץ אַ קליינער צאָל מיליטער־לײַט, ניט אַרײַנגעפֿירט געוואָרן אין טשעכאָסלאָוואַקײַ — מע האָט באַשלאָסן, אַז דער זיכּרון פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז נאָך געווען צו פֿריש בײַ די טשעכן און סלאָוואַקן.

די סאָוועטישע פֿירער, ווי אויך די פֿירער פֿון די איבעריקע לענדער־סאַטעליטן, האָבן זיך איבערגעשראָקן, אַז טשעכאָסלאָוואַקײַ וועט פֿאַרלאָזן די קאָמוניסטישע וועלט און אַריבערגיין צום מערבֿ. אַ חוץ פֿאַרלירן אַ וויכטיקן שותּף, האָט מען מורא געהאַט, אַז מיט דער זעלבער געפֿערלעכער מערבֿדיקער קרענק וועט זיך אָנשטעקן די באַפֿעלקערונג אין אַנדערע לענדער, בפֿרט אין פּוילן.

דאָס אַלץ איז שוין, דאַכט זיך, אַ מעשׂה פֿון אַמאָל, וואָס עס געדענקען אַלץ ווייניקער מענטשן; אָבער אין רוסלאַנד וויל מען עס ניט פֿאַרגעסן. נאָך מער: מע וויל, אַז די רוסישע באַפֿעלקערונג זאָל זיך גרויסן מיט דעם, וואָס מע האָט אָפּגעטאָן אין אויגוסט 1968. סוף מײַ האָט די מאָסקווער טעלעוויזיע אָפּגעמערקט דעם 60סטן יוביליי פֿונעם „וואָרשעווער פּאַקט‟ אויף אַן אייגנאַרטיקן אופֿן — עס איז געוויזן געוואָרן אַ נײַער דאָקומענטאַר (russia.tv/brand/show/brand_id/59427), דער דאָזיקער ווידעאַ־דאָקומענט, מישטיינס געזאָגט, האָט אַרויסגערופֿן אַ נעגאַטיווע רעאַקציע אין טשעכיע און סלאָוואַקיע. ביידע לענדער האָבן אָפֿיציעל פּראָטעסטירט קעגן דעם דורכויס פֿאַלשן היסטאָרישן טײַטש, וואָס דער פֿילם טראָגט אונטער דעם עולם.