דער „וואַרשעווער פּאַקט‟ אַמאָל און הײַנט

The Warsaw Pact in the Past and Today


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 05, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דעם לייענער, וואָס פֿאַרשטייט רוסיש, עצה איך זיך באַקענען מיט דעם דאָזיקן פֿילם, ווײַל ער שפּיגלט זייער בולט אָפּ דעם געדאַנקען־גאַנג פֿון די איצטיקע רוסישע אידעאָלאָגן. קודם־כּל, איז עס, לויט זייער אינטערפּרעטאַציע, געווען ממש אַ מיצווה מצד מאָסקווע, צו „פֿאַרטיידיקן די דעראָבערונגען פֿון סאָציאַליזם‟. בפֿרט נאָך אַז די אַקטיוויסטן פֿון דער טשעכאָסלאָוואַקישער דעמאָקראַטישער באַוועגונג ווערן אין דעם פֿילם באַשריבן ווי קרימינעלע עלעמענטן און פֿאַשיסטן. אַזוי באַשרײַבט דאָך די הײַנטיקע נעאָ־קאַלט־מלחמהדיקע רוסישע פּראָפּאַגאַנדע אויך די אוקראַיִנישע אַקטיוויסטן.

דער מערבֿ, בפֿרט אַמעריקע און ענגלאַנד, האָבן זייער אַ מיאוסן פּרצוף אין דעם פֿילם, ווי אויך אין דער הײַנטיקער רוסישער מעדיאַ בכלל. זיי זעען אויס ווי אַ ביטערער שׂונא, וועלכער האָט זיך אײַנגעהאַלטן, און האַלט זיך נאָך אַלץ אײַן, פֿון צעטרעטן רוסלאַנד נאָר אַ דאַנק דעם, וואָס רוסלאַנד פֿאַרמאָגט אַ מעכטיקע מיליטערישע מאַשין. דער פֿילם טענהט, אַז דער „וואַרשעווער פּאַקט‟ האָט פֿאַרזיכערט די אומאָפּהענגיקייט פֿון די לענדער פֿונעם סאָציאַליסטישן לאַגער. דערמיט באַמערקט מען ניט, צי מע וויל ניט באַמערקן, אַז אַ מענטש מיט אַ פּאָר מאַרכקנייטשן קען שטעלן די פֿראַגע: פֿאַר וואָס זשע האָבן זיי, די געוועזענע סאָוועטישע סאַטעליטן, אַזוי גיך פּטור געוואָרן פֿון די לייצעס, וועלכע האָבן זיי געהאַלטן אין סאָוועטישן שפּאַן, און אַריבערגעשפּרונגען צום מערבֿ? און מע זעט עפּעס ניט, (לכל־הפּחות די מערהייט פֿון זייער באַפֿעלקערונג) זיי זאָלן חרטה האָבן פֿון אַזאַ איבערשפּרינגען.

צוריק גערעדט, האָט די רוסישע פּראָפּאַגאַנדע שוין לאַנג אויפֿגעהערט צו באַזירן זיך אויף לאָגיק, און דער המון וויל ניט קיין לאָגיק. ער וויל האָבן אַ געפֿיל פֿון לעבן אין אַ לאַנד, וואָס איז שטאַרק און תּמיד גערעכט. ס’איז דאָך גאָר ניט צופֿעליק, אַז וולאַדימיר פּוטין האָט לעצטנס באַרעכטיקן אויך דעם מאָלאָטאָוו־ריבענטראָפּ־פּאַקט; און סטאַלין איז, לאָזט זיך אויס, געווען מער גערעכט איידער ניט גערעכט.

דער מוסר־השׂכּל פֿון דעם פֿילם איז פֿאָרמולירט זייער גראָדליניק: די איינציקע האָפֿענונג — אי פֿאַר רוסלאַנד, אי פֿאַר אירע נאָענטע פֿרײַנד — איז צו זײַן מיליטעריש שטאַרק. אַנדערש וועלן די מערבֿדיקע גזלנים ניט לאָזן פֿון די לענדער אַ שטיין אויף אַ שטיין. אמת, ווידער אַ מאָל ווערט ניט געגעבן קיין ענטפֿער אויף דער פֿראַגע: אָבער פֿאַר וואָס זשע איז עס ניט געשען אין פּוילן, טשעכיע, סלאָוואַקיע, אונגאַרן און אַנדערע לענדער?