מיט דרײַ יאָר צוריק האָב איך אָנגעשריבן אין „פֿאָרווערטס‟ וועגן דער עקסקורסיע, נאָכפֿאָלגנדיק די טריט פֿון ייִדישע שרײַבער אין תּל־אָבֿיבֿ מיט יעד בירן (לייענט: יאַאַד ביראַן), אַ ישׂראלדיקער וועגווײַזער און פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור (//yiddish2.forward.com/node/4564). אין יענעם אַרטיקל האָב איך באַמערקט, אַז ביראַן האָט בעצם שוין אַנטוויקלט צוויי מינים עקסקורסיעס: ער פֿירט איין עקסקורסיע אויף דער טעמע אין תּל-אָבֿיבֿ, און אַ צווייטע — אין ירושלים. לעצטנס, סוף מײַ, האָב איך, סוף־כּל־סוף, אָנטיילגענומען אין זײַן ירושלימער שפּאַציר, וואָס איז געווען אַן אייגנאַרטיקע איבערלעבונג אויך צוליב דער גרופּע מענטשן, וואָס האָט זיך אין דעם באַטייליקט.
אָט די גרופּע מענטשן איז באַשטאַנען פֿון די באַטייליקטע אויף דער קאָנפֿערענץ: „ייִדישע קולטור אין דער אַמאָליקער און הײַנטיקער וויסנשאַפֿט‟. נישט קיין גרויסע גרופּע פֿון יחידי־סגולה, וועלכע קענען נישט בלויז די ייִדישע שפּראַך (דאָס אָפֿיציעל־גערעדטע לשון פֿונעם טור, וואָס איז בעצם נישט אַזוי זעלטן), נאָר טאַקע גאַנץ גוט די אַלע „העלדן‟, וואָס ביראַן דערמאָנט און דערציילט וועגן זיי אין גאַנג פֿון דעם שפּאַציר; יעל חבֿר, די פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם נײַעם ייִשובֿ, בתוכם.
ווער זשע זענען טאַקע די דאָזיקע „העלדן‟ פֿון ביראַנס טור?
דאָס זענען פּאָעטן, קולטור־טוער, זשורנאַליסטן, הומאָריסטן, מיט איין וואָרט, יענע, וועלכע האָבן באַזוכט דאָס לאַנד פֿאַר און נאָכן גרינדן מדינת־ישׂראל. זיי האָבן — יעדער אויף זײַן אופֿן — איבערגעלאָזט זייערע צייכנס אין דער טראַנס־נאַציאָנאַלער ייִדישער קולטור־וועלט. לעבן אַ ריי סטאַנציעס איבער דער שטאָט, ווי, למשל, אין דער „בצלאל אַקאַדעמיע‟, אַנטקעגן דעם אַלטן „כּנסת‟־בנין, אין דער שיינער מאָלערישער געגנט „נחלאָות‟, וכדומה, לייענט ביראַן פֿאָר די שײַכותדיקע טעקסטן פֿון די דאָזיקע מחברים און וועגן זיי, ווײַזט בילדער, און לאָזט אַפֿילו הערן זייערע רעקאָרדירונגען. כּמעט אַלע טעקסטן זענען אויף ייִדיש, און דאָ און דאָרט אויף העברעיִש (דאָך מיט אַ ייִדישן טעם). און דאָס אַלץ ווערט, פֿאַרשטייט זיך, באַגלייט מיט ביראַנס באַלערנדיקע דערקלערונגען.
דער באַוווּסטער פּאָעט יהואש האָט אָנגעשריבן אַ רײַזע־בוך וועגן זײַן באַזוך אין פּאַלעסטינע אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, וואָס ביראַן באַניצט זיך דערמיט אויך אין תּל־אָבֿיבֿ. עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז אַ ייִד, וואָס שרײַבט אַ בוך פֿון דעם זשאַנער, וועט אויך ווידמען כאָטש עפּעס אַ קאַפּיטל וועגן זײַן ירושלימער איבערלעבונג. עס רעדט זיך פֿאָרט וועגן דער הייליקסטער שטאָט אין ארץ־ישׂראל, וואָס ייִדן דאַרפֿן לכאורה אַהין עולה־רגל זײַן.
אָבער ניין! היות ווי יהואש איז געווען אַ ציוניסט, און דעריבער אַן אָנהענגער פֿון דעם נײַעם ייִשובֿ, להבֿדיל פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם „אַלטן ייִשובֿ‟, וואָס האָט זיך קאָנצענטרירט אין ירושלים, האָט ער געפּרוּווט אויף ווי ווײַט מעגלעך דווקא אויסצומײַדן די שטאָט. ווען ער האַלט שוין, סוף־כּל־סוף, בײַם באַשרײַבן ירושלים, קומט אים אויס צו מאַכן גאָר אַ נעגאַטיווע שילדערונג. יהואשס צוגאַנג צו ירושלים איז אויך געווען טיפּיש פֿאַר אַנדערע מחברים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.