הײַיאָר, פֿון 14טן ביזן 21סטן יוני, קומט אין ניו־יאָרק פֿאָר אַן אוניקאַלע דערשײַנונג — אַ טעאַטראַלער שטערנפֿאַל; כ׳מיין, דעם ערשטן „קולטורפֿעסט‟, וואָס נעמט צונויף די בעסטע „שטערן‟ פֿון דער ייִדישער בינע, וואָס פֿינקלען דאָ און דאָרט אויף דער ייִדישער גאַס, סײַ ווי אַן אָפּשײַן פֿון דער אַלטער אונטערגעגאַנגענער ייִדישער טעאַטער־וועלט, סײַ ווי אַ העלער שטראַל פֿון דעם נײַ־געבוירענעם ייִדישן טעאַטער־וועלטל. וועגן דער וויכטיקער אונטערנעמונג וועט דער „פֿאָרווערטס‟ זיך באַמיִען צו דערציילן במשך פֿון די קומענדיקע וואָכן אין אַ באַזונדערן ווידעאָ־פֿאָרמאַט.
אומאָפּהענגיק פֿונעם ייִדישן „קולטורפֿעסט‟, און אַפֿילו אָן אַ שײַכות צו אים, האָט די פֿאַרגאַנגענע סוף־וואָך געשפּילט אינעם ניו־יאָרקער „סיטי־סענטער‟ דער מאָסקווער מלוכישער טעאַטער אויף וואַכטאַנגאָווס נאָמען. און אויב פֿאַראַיאָרן האָט ער אויף דער זעלבער בינע אויפֿגעפֿירט די אינסצענירונג פֿון פּושקינס „יעווגעני אָנעגין‟, האָט איצט די רוסישע טרופּע באַקענט די ניו־יאָרקער טעאַטער־ליבהאָבער מיט דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמייכל צו אונדז, גאָטעניו‟, אויפֿן סמך פֿון גריגאָרי קאַנאָוויטשעס נאָוועלע מיטן זעלבן נאָמען.
גענוי וועגן דער פֿאָרשטעלונג האָט געשריבן מיכאל קרוטיקאָוו אין זײַן אַרטיקל, אָפּגעדרוקט בײַ אונדז פֿאַראַיאָרן, ווען ס׳איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע (איך עצה אײַך אומבאַדינגט עס איבערלייענען). דעריבער בלײַבט מיר נאָר צוגעבן מײַנע אייגענע אײַנדרוקן פֿון אַ מענטש, וואָס האָט געזען די מאָסקווער פֿאָרשטעלונג אויף אַ ייִדישער טעמע, געפֿינענדיק זיך אין אין צענטער פֿון מאַנהעטן און אין גאָר אַן אַנדער סבֿיבֿה.
די ייִדישע פּערסאָנאַזשן פֿון אַ פֿאַרוואָרפֿן ליטוויש שטעטל, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, וועלכע ברענגען אַרויס שטיקער ייִדישע חכמה אויף אַן אויסגעצייכנטן רוסיש, וואָס ווערט באַלד איבערגעזעצט אויף ענגליש אויף די צוויי עלעקטראָנישע שילדן פֿון ביידע זײַטן בינע — נאָר דאָס בילד אַליין האָט אויסגעזען פֿאַנטאַסמאַגאָריש. ס’וואָלט נישט געווען קיין גוזמא צו זאָגן, אַז דער פֿולער זאַל צושויער און די בינע מיט די אַקטיאָרן האָבן זיך געפֿונען אין איין „תּבֿה‟, וואָס האָט זיך געטראָגן אויף די כוואַליעס פֿון צײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.