אַלינאַ און דזשעף בלומיס האָבן אַמאָל אָנגעהויבן פֿרעגן צופֿעליקע פֿאַרבײַגייער אויף דער פּלאַזשע אין ברײַטאָן־ביטש, אַ ברוקלינער ראַיאָן, וווּ עס וווינען אַ סך רוסישע אימיגראַנטן, ווי אַזוי באַטראַכטן זיי זיך: ווי ייִדן, רוסן צי אַמעריקאַנער? דאָס איז געשען אינעם יאָר 2007, אינמיטן אַ זוניקן זומער־טאָג.
די אויסגעפֿרעגטע האָבן פּאָזירט פֿאַרן פֿאָטאָ-אַפּאַראַט. במשך פֿון איין טאָג, האָט זיך באַקומען אַ זאַמלונג פֿון 44 פֿאָטאָגראַפֿיִעס, וווּ עס ווערן געוויזן 52 פֿאַרשיידענע פּנימער. במשך פֿון דער צײַט, האָט דער דאָזיקער עקספּערימענט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקן פּראָיעקט פֿון סאָציאַלער קונסט, אין וועלכן עס האָבן זיך שוין באַטייליקט כּמעט 1,900 מענטשן.
דאָס פּאָרפֿאָלק, די משפּחה בלומיס, זענען אַליין געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד און האָבן זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער זעלבסט־אידענטיפֿיקאַציע פֿון די אַנדערע רוסיש-רעדער. אַנשטאָט טעאָרעטישע שטודיעס, האָבן זיי באַשלאָסן דורכצופֿירן דעם עקספּערימענט אין דרויסן. דזשעף האָט באַמערקט, אַז אין זייער אויספֿרעג שטעקט אַ געוויסער הומאָריסטישער עלעמענט, ווײַל כּמעט אַלע תּושבֿים פֿון ברײַטאָן־ביטש זענען, אין דער זעלבער צײַט, רוסיש־אַמעריקאַנער ייִדן. דער פֿאָטאָגראַף איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט קעשענעוו, מאָלדאָווע, אינעם יאָר 1958. זינט 1972 וווינט ער אין ניו־יאָרק. די 43־יאָריקע אַלינאַ קומט פֿון מינסק און האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1994. זינט 2000, פֿאַרנעמען זיי זיך מיט זייערע סאָציאַלע קונסט־פּראָיעקטן.
ווען אַלינאַ און דזשעף האָבן דורכגעפֿירט זייער ערשטן עקספּערימענט, האָבן זיי אויסגעשטעלט די פֿאָטאָגראַפֿיעס אין אַ צאָל אָרטיקע גאַלעריעס, און דערנאָך פֿאַרגעסן דערפֿון. איינמאָל, האָט דער „נאַציאָנאַלער מוזיי פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע‟ אין פֿילאַדעלפֿיע בײַ זיי געבעטן עטלעכע בילדער פֿון יענער זאַמלונג. דעמאָלט, האָבן די פֿאָטאָגראַפֿן באַשלאָסן ממשיך צו זײַן דעם פּראָיעקט.
אינעם יאָר 2012, האָבן זיי מיטגעאַרבעט בשותּפֿות מיטן פֿילאַדעלפֿיער מוזיי, דער גאַלעריע אויפֿן נאָמען פֿון לאָרי טיש, דעם ייִדישן קהילה־צענטער אין מאַנהעטן, דער „לימוד‟־קאָנפֿערענץ און אַ צאָל אַנדערע אָרגאַניזאַציעס. אַנשטאָט צו בעטן די באַטייליקטע אויסצוקלײַבן איינע פֿון די דרײַ ברירות, ווי אינעם ערשטן עקספּערימענט, האָבן די אויסגעפֿרעגטע אַליין אָנגעשריבן אַ פּאָר ווערטער וועגן זיך און געמאַכט אַ „סעלפֿי‟ — זיך אַליין פֿאָטאָגראַפֿירט. במשך פֿון צוויי יאָר, האָט די משפּחה בלומיס באַקומען 1,870 בילדער און אויסגעקליבן די בעסטע, וועלכע זענען אַרײַן אין זייער נײַעם בוך, „פֿון סעלפֿי ביז גרופּי‟, באַגלייט מיט עסייען פֿון דוד שניר, דער דירעקטאָר פֿון ייִדישע שטודיעס בײַם קאָלאָראַדאָ־אוניווערסיטעט אין דער שטאָט באָלדער און פֿון דער רוסיש־אַמעריקאַנער קינסטלערין אַניאַ אוליניטש, וועלכע אַרבעט ווי די וויצע־דירעקטאָרין פֿון קונסט־ענינים בײַם Forward.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.