(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די מחברים האָבן דערקלערט, אַז אויפֿן סמך פֿונעם הײַנטצײַטיקן פּאָפּולערן וואָרט „סעלפֿי‟ — אַ צופֿעליקע פֿאַטאָגראַפֿיע פֿון זיך אַליין — האָבן זיי אָנגערופֿן זייער קאָלעקציע אַ „גרופּי‟. אין פֿאַרשיידנאַרטיקע בילדער, פֿון שול־קינדער ביז גאַנצע משפּחות, ווערט כּסדר אָפּגעשפּיגלט אַ ערנסטע פֿאַרבינדונג פֿון די פֿאָטאָגראַפֿירטע מיט ייִדישקייט. איין פֿרוי דערציילט, צום בײַשפּיל, אַז ווען זי איז דערצויגן געוואָרן אין טשעלאַבינסק, אינעם אוראַל־ראַיאָן פֿון רוסלאַנד, איז די איינציקע שיל אין דער שטאָט געשטאַנען אַלעמאָל פֿאַרמאַכט; די סאָוועטישע מאַכט האָט זי פֿאַרוואַנדלט זינט 1926 אין אַ סקלאַד. דעמאָלט וואָלט זי נישט געגלייבט, ווען עמעמער וואָלט איר פֿאָרויסגעזאָגט, אַז זי וועט אַמאָל ווערן אַ ראַבינערטע.
אַלינאַ האָט דערציילט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט מער ערנסטע מינים פֿאָטאָגראַפֿיעס, פֿירן זיך די מענטשן מער אויף נאַטירלעך און שפּילעוודיק, ווען זיי מאַכט אַ „סעלפֿי‟. דאָס דערמעגלעכט אַרײַנצוקוקן אין זייער לעבן אויף אַ מער אומפֿאָרמעלן פֿאַרכאַפּנדיקן אופֿן.
דאָס בוך איז נאָר־וואָס אַרויס מיט דער הילף פֿון דער פֿילאַנטראָפּישער גרופּע „גענעזיס‟, וואָס שטרעבט צו אַנטוויקלען די ייִדישע אידענטיפֿיקאַציע בײַ די רוסיש־רעדנדיקע אַמעריקאַנער ייִדן. מאַרינאַ יודבאָראָווסקי, די דירעקטאָרין פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, האָט דערקלערט דעם Forward, אַז הגם דער פֿאָטאָ־פּראָיעקט זעט אויס טשיקאַווע, רעפּרעזענטירט ער אַן ערנסטע סאָציאָלאָגישע שטודיע. אינעם בוך ווערט ערנסט באַטראַכט, ווי אַזוי די רוסישע ייִדן אין אַמעריקע קוקט אויף זיך אַליין. 33 פּראָצענט אויסגעפֿעגטע האָבן געענטפֿערט, אַז זיי באַטראַכטן זיך, קודם־כּל, ווי ייִדן; 26 פּראָצענט האָבן מיט שטאָלץ דערמאָנט זייערע נעמען; 24 פּראָצענט האַלטן זיך, ראשית־כּל, ווי אַמעריקאַנער בירגער; 17 פּראָצענט האָבן דערציילט וועגן זייער משפּחה־וואָרצלען. בסך־הכּל, ווערן אינעם בוך אַנאַליזירט 13 סאָציאָלאָגישע קאַטעגאָריעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.