ס׳איז הײַנט געוואָרן שווער צו דערקענען אַן אַנטיסעמיט. קודם־כּל, זאָגט ער ניט אויס, אַז ער איז אַן אַנטיסעמיט, ווײַל עס פּאַסט ניט פֿאַר די גויים. והשנת, פֿאַרשטעלט ער זיך פֿאַר עפּעס אַנדערש: אַן אַנטי־ציוניסט, אַן אַנטי־קאַפּיטאַליסט, אַן אַנטי־קאָמוניסט, אַן אַנטי־וואָס־עס־זאָל־ניט־זײַן. אָבער אין דער אמתן, איז אַ סעמיט נאָך שווערער צו דערקענען ווי אַן אַנטיסעמיט. „אַנטיסעמיט‟ איז פּשוט אַן אַלטער אייפֿעמיזם, לשון־נקיה פֿאַר שׂונא־ישׂראל, ייִדן־פֿרעסער, ייִדנפֿײַנד, צורר־היהודים און נאָך אַזעלכע נעמען, וואָס ייִדיש איז אַזוי רײַך מיט זיי. ניצנדיק דאָס וואָרט „אַנטיסעמיט‟, וואָס עס האָבן אויסגעטראַכט די אַנטיסעמיטן גופֿא, קען זיך דאַכטן, אַז דאָס רעדט זיך וועגן אַ וויסנשאַפֿטלעכן פֿענאָמען אָדער אַ מין קרענק, וואָס ס׳איז ניט שיין צו ניצן דאָס אמתע וואָרט. אָבער פּראָסט־פּשוט מיינט עס, אַז מע האָט פֿײַנט ייִדן, און דאָס קען יעדער, וואָס וויל נאָר — אַפֿילו די ייִדן אַליין, צום באַדויערן.
אַ סעמיט, ווידער, — ווער קען זאָגן וואָס דאָס איז אַזוינס? דער דײַטשער היסטאָריקער אַוגוסט לודוויג פֿאָן שלעצער האָט אײַנגעפֿירט דעם טערמין „סעמיטיש‟ סוף 18טן יאָרהונדערט, כּדי צו באַצייכענען די שפּראַכן, וואָס האָבן אַ נעענטער שײַכות צו העברעיִש, ווי אַראַמיש און אַראַביש. אין דעם האָט אים אינספּירירט אונדזער תּורה, ווײַל עס שטייט אין ספֿר בראשית, אַז נחס זון שם („סעם‟ אויף גריכיש, דערפֿאַר „סעמיטן‟) האָט געהאַט פֿינף זין, און פֿון די דאָזיקע זין האָבן כּלומרשט אָפּגעשטאַמט גרויסע פֿעלקער: פֿון אַרפּכשד זײַנען געקומען די ייִדן און די אַראַבער, פֿון אַרם — די אַראַמעער (אַרמים), פֿון אַשור — די אַסירער (אַשורים), פֿון עילם — די עלאַמיטער (עילמים), און פֿון לוד — די לידיער (אַ פֿאָלק, וואָס האָט געוווינט אין מערבֿ־טערקײַ).
דער רבונו־של־עולם איז אָבער ניט געווען קיין לינגוויסט, ווײַל פֿון די פֿינף „סעמיטישע‟ פֿעלקער, האָבן סײַ די עלאַמיטער, סײַ די לידיער ניט גערעדט קיין סעמיטישע שפּראַכן. פֿון די אַלטע אויפֿשריפֿטן אויף ליימענע טאָוולען האָבן די פֿאָרשער דעשיפֿרירט די ביידע לשונות און אויסגעפֿונען, אַז די לידיער האָבן גערעדט אַן אינדאָ־אייראָפּעיִשע שפּראַך, זייער אַ ווײַטער קרובֿ פֿון ייִדיש און ענגליש, בשעת די עלאַמיטער האָבן גערעדט אַ מאָדנע לשון, וואָס האָט ניט קיין שײַכות מיט גאָרנישט.
דערצו ווערן אין דער תּורה עטלעכע פֿעלקער אויסגערעכנט ווי אָפּשטאַמיקע פֿון נחס זון חם (די „האַמיטן‟), וואָס זיי האָבן אָבער פֿאָרט גערעדט סעמיטישע שפּראַכן, זייער נאָענט צו אונדזער העברעיִש: די כּנענים, די אַמלקים, די אדומים, די עמונים, די סותו, און די אמורים. דעריבער שטימט די לינגוויסטישע דעפֿיניציע פֿון „סעמיטן‟ ניט מיט דער תּורה, און אַוודאי ניט מיט דער ראַסן־טעאָריע פֿון די נאַציס, וואָס האָבן געמאַכט אַלע ייִדן פֿאַר סעמיטן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ייִדן רעדן אַ סך פֿאַרשיידענע שפּראַכן שוין איבער צוויי טויזנט יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.