ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 16, 2015, issue of July 10, 2015.

אַ קאָנפֿערענץ געווידמעט דעם יאַפּאַנישן דיפּלאָמאַט טשיוענע סוגיהאַראַ

הײַיאָר מערקן מיר אָפּ 30 יאָר זינט דער יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט טשיוענע סוגיהאַראַ איז אָנערקענט געוואָרן פֿון „יד-ושם‟ ווי אַ חסיד־אומות־העולם. אין וואַרשע איז פֿאָרגעקומען די סוגיהאַראַ־קאָנפֿערענץ דעם 11טן און 12יוני.

אָרגאַניזירט האָבן די קאָנפֿערענץ דער אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿון קאַרדינאַל וואַשינסקי אין וואַרשע, דער אינסטיטוט פֿאַר מיזרח-לימודים בײַם יאַגעלאָנישן אוניווערסיטעט אין קראָקע און דער אָפּטייל פֿאַר קונסט און וויסנשאַפֿט אויפֿן טעכנישן אוניווערסיטעט אין סידניי, אויסטראַליע.

סוגיהאַראַ איז געווען דער וויצע-קאָנסול פֿון יאַפּאַן אין ליטע פֿון 1939 ביז דער שליסונג פֿונעם קאָנסולאַט, דעם 4טן סעפּטעמבער 1940, ווען די סאָוועטן האָבן אַנעקסירט ליטע. אין די מיט־1940ער איז שוין געווען כּמעט אוממעגלעך צו באַקומען וויזעס קיין אויסלאַנד. אַמעריקע און ענגלאַנד האָבן נישט אַרײַנגעלאָזט קיין שום ייִדן (ארץ־ישׂראל איז געווען אונטער ענגלישער הערשאַפֿט). דעריבער האָבן צענדליקער טויזנטער פּוילישע ייִדישע פּליטים פּראָבירט צו באַקומען וויזעס פֿון אַנדערע לענדער.

דער האָלענדישער ערנקאָנסול אין קאָוונע איז מסכּים געווען צו שטעמפּלען די פּאַספּאָרטן פֿון די ייִדישע פּליטים מיט וויזעס, כּדי אַרײַנצוקומען אין די האָלענדישע קאָלאָניעס קוראַסאַאָ און סורינאַם. דאָס האָט דערמעגלעכט דעם יאַפּאַנישן וויצע-קאָנסול סוגיהאַראַ צו באַוויליקן דעם טראַנזיט קיין יאַפּאַן. סוגיהאַראַ האָט נישט באַקומען קיין דערלויבעניש פֿאַר אַ סך פֿון די וויזעס, וואָס ער האָט באַוויליקט. אויף דער פֿראַגע, פֿאַר וואָס האָט ער נישט געפֿאָלגט די אינסטרוקציעס פֿון זײַן רעגירונג, האָט סוגיהאַראַ מיט יאָרן שפּעטער געענטפֿערט, אַז לויט אים איז צו ראַטעווען דאָס לעבן פֿון אַ סך מענטשן נישט קיין עוולה.

סוגיהאַראַ האָט געהאַלטן אַ רשימה פֿון די אַלע, וואָס האָבן באַקומען וויזעס דורך אים. אויף דער אַזוי גערופֿענער סוגיהאַראַ־ליסטע געפֿינען זיך 2,139 נעמען: 91% מיט פּוילישע פּאַספּאָרטן, 5% מיט ליטווישע פּאַספּאָרטן, 2% מיט דײַטשישע פּאַספּאָרטן און 1% אַנדערע. 95% פֿון די אַפּליקאַנטן זענען געווען ייִדן. אָפֿטמאָל האָט איין וויזע געדינט דער גאַנצער משפּחה; אַזוי אַרום, שאַצט מען אָפּ, אַז סוגיהאַראַ האָט געראַטעוועט אַן ערך 6 טויזנט מענטשן, צווישן זיי — 300 בחורים פֿון דער מירער ישיבֿה.