(די 2 טע זײַט פֿון 3)
נאָך וויכטיקער איז אָבער געווען „יוגנטרופֿס‟ רוף צו יונגע לײַט צו רעדן ייִדיש איינער מיטן צווייטן. אין אַ צײַט ווען דער ייִנגערער דור ייִדיש־קענער (ס׳רובֿ פֿון זיי — די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה) האָבן בלויז גערעדט ייִדיש מיט זייערע עלטערן אָדער מיט באָבע־זיידע, האָט „יוגנטרוף‟ גערופֿן אירע מיטגלידער צו רעדן ייִדיש אויך מיט זייערע גוטע פֿרײַנד, אויף טעמעס, וואָס מע האָט ביז דעמאָלט נישט אויסגעדריקט אויף מאַמע־לשון: וועגן די דעמאָלטיקע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע איבערקערענישן; וועגן זייערע ליבעס, און וועגן זייער טאָג־טעגלעכן לעבן אין אוניווערסיטעט.
אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, ווען אַ סך יוגנטרופֿניקעס האָבן שוין חתונה געהאַט און דערצויגן קינדער, איז דער טראָפּ פֿון דער אָרגאַניזאַציע אַריבער, צום גרויסן טייל, צו די באַדערפֿענישן און אינטערעסן פֿון ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות, האָט פֿאַקס געזאָגט. אָבער אין 2006, זענען אַ צאָל פֿון די קינדער פֿון יענע יוגנטרופֿניקעס שוין אַליין געוואָרן דערוואַקסלינגען און קאָלעדזש־סטודענטן, האָבן זיי — אין איינעם מיט נײַע ייִדיש־קענער, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש אין אוניווערסיטעט — איבערגענומען די פֿירערשאַפֿט פֿון „יוגנטרוף‟, און דערבײַ עס ווידער אויפֿגעלעבט ווי אַ סטודענטישע באַוועגונג. זיי האָבן געפֿירט זייערע זיצונגען אויף ייִדיש; געפּראַוועט מסיבהלעך מיטן נאָמען „סבֿיבֿות‟; אָרגאַניזירט „ייִדיש־סוף־וואָכן‟ אויף קאָלעדזש־קאַמפּוסן, און איבערגענומען די פֿירערשאַפֿט פֿון דער פּאָפּולערסטער יערלעכער אונטערנעמונג — די ייִדיש־וואָך.
אָבער נישט אַלע יוגנטרופֿניקעס זענען געווען צופֿרידן מיט סתּם סאָציאַלע אַקטיוויטעטן. „זאָל דער גרעסטער אויפֿטו פֿון די ייִדישיסטן אין 21סטן יאָרהונדערט זײַן צו טרינקען ביר מיט אונדזערע חבֿרים?‟ האָט געקלערט אַ נײַ־געקומענער ייִדישיסט, ישׂראל וואָרנער באַס.
בעת אַ זיצונג פֿון דער „יוגנטרוף‟־עקזעקוטיווע אין סעפּטעמבער 2009, האָט באַס פֿאָרגעלייגט, מע זאָל בויען אַ ייִדיש־פֿאַרם — אַן אָרט, וווּ מע לעבט זיך אויס אויף ייִדיש, און גלײַכצײַטיק פֿאַרבינדט מען זיך מיט דער וואַקסנדיקער סבֿיבֿה־פֿאַרהיטונג־באַוועגונג, וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ סך יונגע אַמעריקאַנער ייִדן. די עקזעקוטיווע האָט באַשלאָסן זיך נישט אונטערצונעמען אַזאַ גרויסן פּראָיעקט, אָבער באַס האָט זיך נישט אונטערגעגעבן, און אין דעצעמבער 2010 האָבן ער און אַ צווייטער יוגנטרופֿניק, נפֿתּלי איידלמאַן (אַ זון פֿון דער מחברטע פֿון די שורות), געמאָלדן די גרינדונג פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקן ייִשובֿ אויפֿן מוסטער, פֿאָרגעלייגט פֿון די ייִדישע טעריטאָריאַליסטן פֿון מיזרח־אייראָפּע.
בעת דער גרינדונג־צערעמאָניע פֿון ייִדיש־פֿאַרם אין דער „סטאַנטאָן סטריט שיל‟ אין מאַנהעטן, האָט באַס דערקלערט: „אין דער לעצטער תּקופֿה האָבן מיר געזען װי די צװײ גרעסטע ׳-איזמען׳ בייִ ייִדן, דער קאָמוניזם און דער ציוניזם, האָבן זיך באַנוצט מיט ערד־אַרבעט, כּדי צו דערגרײכן זײערע צילן. אויף די קיבוצים אין ארץ־ישׂראל און די קאָלכאָזן פֿון קרים און ביראָבידזשאַן האָבן ייִדן געאַרבעט מיט די הענט צו שאַפֿן נײַע נאַציאָנעלע צענטערס. די צװײ באַװעגונגען האָבן זיך אָבער באַנוצט מיט ערד־אַרבעט װי אַ מיטל פּטור צו װערן פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם ׳אַלטן ייִד׳, כּדי צו שאַפֿן אַ נײַעם ייִד, מער צוגעפּאַסט צו זײערע ענדצילן.‟ דער ציל פֿון „ייִדיש־פֿאַרם‟, האָט באַס דערקלערט, איז אָבער, פֿאַרקערט, דווקא צו שעפּן אינספּיראַציע פֿון דער ייִדישר קולטור־ירושה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.