אײַנדרוקן פֿונעם „קולטורפֿעסט‟

Impressions of Kulturfest


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 21, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

דאָס איז חלילה, ניט, קיין קריטיק, נאָר אַ דערמאָנונג וויפֿל טאַלאַנטירטע אַרטיסטן, זינגער און טרופּעס די „פֿאָלקסבינע‟ איז מצליח אַהערצוברענגען אין דער זעלביקער צײַט. ווען אַ העלפֿט פֿון די פּראָגראַמען וואָלטן באמת ניט געטויגט, וואָלט מען זיך ניט געפֿילט אַזוי געפּרעסט.

ווי איינער אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש האָט מיך געזאָגט: „דאָס מאָל איז די כּלה טאַקע צו שיין‟.

חסידים מיט ייִדישיסטן: אַ היסטאָרישער קאָנצערט

עס איז אַלעמען אין דער ייִדיש־וועלט קלאָר, אַז דער פֿעסטיוואַל איז געווען אַ היסטאָרישע דערשײַנונג, וואָס מע וועט לאַנג געדענקען. צי דער פֿעסטיוואַל וועט אָבער האָבן אַ לאַנגדויערנדיקע השפּעה אויפֿן ייִדישן ייִשובֿ אין ניו־יאָרק, וואָס שייך איר באַציִונג צו ייִדיש; אָדער צי עס וועט אויפֿהייבן דעם פּרעסטיזש פֿון דער שפּראַך קען מען נאָך ניט פֿאָרויסזאָגן. ס׳איז אָבער יאָ קלאָר, אַז דער פֿעסטיוואַל האָט געבראַכט ייִדיש צו אַ ריזיקן עולם פֿון צענדליקער טויזנטער מענטשן, וואָס קומען, געוויינטלעך, ניט אין באַריר מיט דער ייִדישער קולטור אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן.

פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכן שטאַנדפּונקט איז די סאַמע וויכטיקסטע פּראָגראַם אָן שום ספֿק געווען דער קאָנצערט „ייִדישע נשמה‟, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין „צענטראַל־פּאַרק‟. במשך פֿונעם פּרעכטיקן קאָנצערט, אין וועלכן עס זענען אויפֿגעטראָטן אַ ריי חסידישע פּאָפּ־שטערן און חזנים, אַרײַנגערעכנט ליפּאַ שמעלצער, אַבֿרהם פֿריד און יאַנקי לעמער, האָט מען געקענט בולט זען די צונויפֿשמעלצונג פֿון די ייִדישיסטישע און חסידישע וועלטן. זלמן מלאָטעק, דער זון פֿון אַ באַקאַנטן בונדישן טוער, האָט באַגלייט חסידישע מוזיקער בײַם זינגען לידער, וואָס זײַן מאַמע חנה מלאָטעק האָט אָנגעזאַמלט און פּאָפּולאַריזירט, ווי אויך אַזעלכע פֿאָלקסלידער, וואָס זענען טראַדיציאָנעל פֿאַרבונדן מיט לינקע באַוועגונגען אַזוי ווי „אַלע ברידער‟. אין דער זעלביקער צײַט האָבן די סעקולערע פֿאָרשטײַער פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג ווי פֿרענק לאָנדאָן און מײַקל ווינאָגראַד באַגלייט די חסידישע חזנים, בעת זיי האָבן געזונגען טראַדיציאָנעלע פֿרומע לידער.

אַזאַ צוזאַמענאַרבעט צווישן די חסידישע, ייִדישיסטישע און קלעזמער מוזיק־סצענעס איז ניט אין גאַנצן קיין נײַע דערשײַנונג; זי גייט אָן שוין אַ היפּש ביסל יאָר, בפֿרט בײַ אַזעלכע קלעזמאָרים ווי פֿרענק לאָנדאָן און הענקוס נעצקי, וואָס האָבן נאָענטע באַציִונגען מיט פֿאַרשידענע פֿרומע מוזיקער. מע האָט עס, אָבער, קיינמאָל פֿריִער ניט געזען אויף אַזאַ ריזיקן קאָנצערט מיט אַזוי פֿיל חסידישע שטערן אין דער זעלביקער צײַט.