מיט 74 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָט זיך אָנגעהויבן די בלוטיקסטע פֿאַזע פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. די דײַטשן האָבן אויסגעקליבן דעם סאַמע לאַנגן זומער־טאָג, כּדי צו באַווײַזן וואָס מער אָפּצוטאָן. מע האָט זיך דאָך אָנגעצילט אויף אַ „בליצקריג‟. זיי זײַנען געווען אַזוי זיכער אין אַ גיכער מפּלה פֿון דער רויטער אַרמיי, אַז מע האָט אַפֿילו ניט צוגעגרייט קיין נייטיקע ווינטער־אוניפֿאָרם; לויט די פּלענער, האָט די מלחמה געמוזט זיך פֿאַרענדיקן פֿאַר די קעלטן.
יעדע סאָוועטישע משפּחה, ייִדישע בתוכם, האָט אַן אייגענע געשיכטע פֿון דער מלחמה־צײַט. איך בין אויסגעוואַקסן מיט מײַן משפּחה־געשיכטע פֿון יענע יאָרן. צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן האָב איך — דורך זייערע דערציילונגען — איבערגעלעבט דעם טאָג, דעם 22סטן יוני, ווען מײַן טאַטע איז אַוועק אויף דער מלחמה. דערנאָך האָט די מאַמע, מיט מײַן ברודער, מײַן שוועסטער און אַנדערע קרובֿים, דורכגעמאַכט דעם שווערן און פֿון צײַט צו צײַט פּשוט געפֿערלעכן וועג מיזרח־צו, אין עוואַקואַציע.
אַן ענלעכע געשיכטע איז געווען כּמעט אין יעדער ייִדישער משפּחה אַרום אונדז, די מזלדיקע משפּחות, אין וועלכע אי דער מאַן, אי די פֿרוי האָבן די מלחמה איבערגעלעבט: די מענער — אין דער אַרמיי, די פֿרויען מיט די קינדער — בדרך־כּלל, אין אוזבעקיסטאַן צי אין אוראַל. מיט זיי, וואָס זײַנען אַרויס פֿון דעם מלחמה־פֿײַער לעבעדיקע, בין איך אויסגעוואַקסן. אָבער געוואַקסן בין איך אויך מיט די נעמען, און אָפֿט מאָל מיט פֿאָטאָס, פֿון די וואָס זײַנען געפֿאַלן אויף דער מלחמה; ווי, אַ שטייגער, מײַן מאַמעס ייִנגערער ברודער נחמן, וואָס האָט געדינט אין ווײַסרוסלאַנד, ערגעץ לעבן דער גרענעץ. און מײַן פֿאָטערס ייִנגערער ברודער, אַהרן, וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אין יאָר 1943. ביידע זײַנען פֿאַר דער מלחמה געווען לערער.
בסך־הכּל האָבן אין דער רויטער אַרמיי אין די יאָרן 1941—1945, געדינט, לויט פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען, צווישן 350 און 500 טויזנט ייִדן. צווישן 120 און 142 טויזנט פֿון זיי האָבן זיך אַהיים ניט אומגעקערט. ניט ווייניק איז שוין אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם אָנטייל פֿון ייִדישע סאָלדאַטן, אָפֿיצירן און גענעראַלן אין די שלאַכטן פֿון יענער תּקופֿה; אָבער די אַרבעט גייט ווײַטער אָן און ברענגט נײַע רעזולטאַטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.