װי אַזױ זאָלן מיר ניט דרײען דעם גלאָבוס, װעלן מיר זיך סײַ־װי אָנשטויסן אױף דרײַ גרונטלעכע ענינים: דער מענטש און זײַן פּריוואַט לעבן; דאָס אָרט פֿון אַ יחיד אין זײַן אייגן לאַנד, און די באַציִונגען פֿון אַ יחיד און זײַן לאַנד צו דער גרויסער וועלט. װעגן די־אָ זאַכן האָב איך שױן ניט איין מאָל געשריבן, אָבער דער לעצטער באַזוך פֿונעם פּויפּסט פֿראַנציס קיין באָסניע האָט מיך אומגעקערט צום געדאַנק, אַז אויף דער וועלט זײַנען דאָ אַ סך קלוגע מענטשן, אָבער דאָס אַלגעמיינע בילד פֿונעם וועלט־צושטאַנד דערמאָנט מיר אַ פֿאָטאָ־קאַרטל פֿון אַ גרופּע משוגעים — אַלע זעען אויס ווי מענטשן, נאָר צו לעבן מיט זיי אין איין געזעלשאַפֿט קען מען אַליין משוגע ווערן.
מיט אַ יאָר צוריק האָב איך געשריבן וועגן אַן אינטערעסאַנטסטן אינטערוויו פֿון יעקבֿ קדמי (פֿריִער, יאַשע קאַזאַקאָוו), אַן אַנאַליטיקער און אַ מומחה אין די פּאָליטישע און שפּיאָן־שפּילן. אין יענעם אינטערוויו האָט יעקבֿ קדמי פּרטימדיק באַוויזן און געקומען צו אַ מסקנא, אַז די וועלט האָט זיך פּאַמעלעך אַראָפּגעגליטשט צו אַן אַלגעמיינעם מלחמה־צושטאַנד, און די לאַגע קען מען קורץ אָנרופֿן — די דריטע וועלט־מלחמה. געווען איז דאָס, ווי כ’האָב שוין געזאָגט, מיט אַ יאָר צוריק. איך פֿאַרשטיי, אַז די השפּעה פֿון יעקבֿ קדמיס מסקנות אויף די הײַנטיקע בעלי־החלטה איז ניט די, וואָס ס‘איז געווען מיט צוואַנציק יאָר צוריק, ווען ער אַליין איז געווען מסוגל איבערצוקערן בערג, און גורם זײַן די גורלדיקע ענדערונגען אינעם לעבן פֿון אַריבער אַ מיליאָן נפֿשות, דהײַנו, סאָוועטישע ייִדן.
און אָט קומט די צײַט, און דער פֿרישער פּויפּסט קומט אויף אַ באַזוך קיין באָסניע־הערצאָגאָווינע. און וואָס מיינט איר?… ער חזרט איבער, און טאַקע כּמעט וואָרט בײַ וואָרט, די וואָרענונגען און מסקנות פֿון יעקבֿ קדמי, וועלכע ער האָט אַרויסגעזאָגט נאָך מיט אַ יאָר צוריק, אַז די וועלט האָט זיך פּאַמעלעך אַראָפּגעגליטשט צום דריטן וועלטקריג. דאָס זאָגט שוין אַ מענטש, וועלכער האָט אַ דירעקטע השפּעה אויף אַ פּאָר מיליאַרד קריסטן פֿון גאָר דער וועלט. ס’איז דען ניט קיין פּאַסיקע סיבה פֿאַר די פּשוטע מענטשן זיך אָפּצושטעלן אויף אַ רגע און אַ פֿרעג טאָן, יעדער איינער בײַ זײַן רעגירונג: סטײַטש, גרויסע מענטשן, שטעלט זיך אַנידער אונטערן קאַלטן דוש און הײַדאַ צום שלום־טיש צו אַרבעטן לטובֿת אײַערע אייגענע קינדער, װײַל צוליב די קינדער װעגן איז כּדאַי אָנבייגן דעם כּאילו שטאָלצן קאָפּ און געדענקען, אַז נאָך יעדן קריג קומט, סוף־כּל־סוף, די שלום־תּקופֿה. איז וואָס איז דער שׂכל צו הרגענען אויף רעכטס און אויף לינקס?…
עס קענען זײַן נאָר אַ פּאָר לאָגישע ענטפֿערס און דער וויכטיקסטער פֿון זיי איז, די פּערמאַנענטע מלחמה צווישן דער „ברכה‟ און „קללה‟. עס שטייט דאָך געשריבן: „רְאֵה אָנֹכִי נֹתֵן לִפְנֵיכֶם הַיּוֹם בְּרָכָה וּקְלָלָה‟ (י”א, כו) — זע, איך לייג אײַך הײַנט פֿאָר אַ ברכה און אַ קללה; און ווײַטער ווערט נאָך ברייטער דערקלערט וואָס דאַרף מיינען אָט די־אָ מתּנה, וועלכער דער אייבערשטער האָט געשאָנקען דער מענטשהייט. „רְאֵה נָתַתִּי לְפָנֶיךָ הַיּוֹם אֶת הַחַיִּים וְאֶת הַטּוֹב וְאֶת הַמָּוֶת וְאֶת הָרָע” (ל’, טו) — זע, כ’האָב דיר הײַנט געגעבן דאָס „לעבן‟ און דאָס גוטס, ווי אויך דעם „טויט‟ און דאָס שלעכטס.
איך מיין, אַז ס’איז גענוג צו האָבן אַ שׂכל און קענטענישן פֿון אַ חדר־ייִנגל, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז אַ ברכה מיינט „דאַנקבאַרקייט‟ און לעבן, און אַ קללה מיינט „שׂינאה‟ און טויט, און טאַקע די ביידע נשמה־צושטאַנדן זײַנען, אייגנטלעך, דאָס איינציקע, וואָס דער מענטש מוז אויסקלײַבן ווי אַ לעבנס־וועג. ס’איז אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז ווען דער אייבערשטער רעדט וועגן דער ברכה און קללה, ווענדט ער זיך צום כּלל־מענטשן — אני נתן לפניכם — איך לייג אײַך פֿאָר (אָדער, איך גיב אײַך), אָבער ווען עס רעדט זיך וועגן דעם טויט און לעבן, ווענדט דער אייבערשטער צו יעדן איינעם באַזונדער — נתתי לפניך — כ’האָב פֿאָרגעלייגט (געגעבן) דיר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.