ערבֿ דער דריטער וועלט־מלחמה

On the Eve of World War III


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published June 23, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ס’איז דאָך קלאָר ווי דער טאָג, אַז דאָס געזעץ פֿון אויסקלײַבן צווישן גוט און שלעכט איז גילטיק פֿאַר אַלע מענטשן, אָן אַן אויסנאַם. נאָר וואָס?… אַפֿילו ווען עמעצער לעבט לויט דער פֿאַרשטענדלעכער קלאַסיפֿיקאַציע „לעבן, מיינט גוטס‟ און „טויט, מיינט שלעכטס‟ — שטעלן זיך ניט אַלע אָפּ אויפֿן וואָרט „היום, הײַנט‟, וואָס געפֿינט זיך אין ביידע פּסוקים. און טאַקע דער „הײַנט‟, מיין איך, איז דער שליסל צום פֿאַרשטיין דעם תּוכן פֿון דעם, וואָס עס קומט פֿאָר צווישן לעבן און טויט, צווישן דער ברכה און קללה. דאָס וואָרט „היום, הײַנט‟, מיינט ניט יענעם טאָג, ווען די מיצווה פֿון „ברכה און קללה‟ איז געגעבן געוואָרן דער מענטשהייט, נאָר עס מיינט, יעדן טאָג, יעדע מינוט, יעדע רגע.

איך דערמאָן זיך, אַז בײַ אונדז אין שטעטל איז אַ מאָל געווען אַ שענקל, וווּ די פּויערים און אַרבעטער פֿלעגן זיך אַרײַנכאַפּן איבערצוקערן אַ גלעזל. דער בופֿעטשיק איז דאָרט געווען אַ פּשוטער ייִד, ר’ חיים. ווען ר’ חיימען איז נימאס געוואָרן צו פֿאַרשרײַבן די טאָג־טעגלעכע חובֿות פֿון די קליענטן, האָט ער אויפֿגעהאָנגען אויף דער וואַנט אַ גרויסע שילד: „הײַנט פֿאַר מזומנים, מאָרגן אין קרעדיט‟ — און יעדן איינעם איז קלאָר געוואָרן, אַז הײַנט מיינט יעדע רגע פֿונעם לעבן, און אַ קרעדיט איז שייך צום עולם־הבא.

פֿרעגט זיך הײַנט אַ קשיא: אויב אַזאַ פּראָסטער ייִד ווי ר’ חיים דער בופֿעטשיק האָט געקענט אָנלערנען אַ גאַנצן קהל פֿון פֿאַרשוואַרצטע פּויערים און בעזגרמאָטנע לומפּען, אַז הײַנט מיינט יעדע רגע פֿון מענטשנס לעבן, און אַ לעבן אין קרעדיט געהערט צום עולם־הבא, איז פֿרעג איך בײַ די אייבער־חכמים, וועלכע פֿירן אָן מיט אונדזער בידנע וועלטל: צי ווייסט איר, אַז אַ ברכה געהערט צום לעבן, און אַ קללה (טויט), פֿאַר קיינעם געדאַכט, איז טאַקע דאָס פּאַסקודסטװע, װאָס פֿאַרפֿלייצט הײַנט די וועלט?

און אויב עמעצער מיינט, אַז אַ קללה אין יענעמס הויז איז יענעמס זאָרג, האָט ער אַ טעות, ווײַל צו אַ ברכה ווערט זוכה אַ יחיד, און אַ קללה איז אַ מכּה פֿאַרן כּלל־מענטשן. צו פֿאַרשטײן אַזעלכע פּשוטע זאַכן איז ניט אומבאַדינגט צו זײַן אַ פּויפּסט, עס איז גענוג זיך צוהערן צו אַ געניטן אַנאַליטיקער, אַזאַ ווי יעקבֿ קדמי, למשל, אָדער צו אַ פּשוטן ייִדישן בופֿעטשיק; אַזאַ מאכל ווי „אַ ברכה מיט אַ קללה בײַ דער זײַט‟ עקזיסטירט ניט. די מענטשן אַליין האָבן עס אויסגעטראַכט. עסט עס אײַך געזונטערהייט!..