ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 23, 2015, issue of July 10, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

טאַדעוש ראָלקע
טאַדעוש ראָלקע

אַ טרעפֿונג מיט אַ באַוווּסטן פּוילישן פֿאָטאָגראַף

זונטיק דעם 21סטן יוני איז דער ייִדישער מוזיי געווען געפּאַקט מיט מענטשן. זיי זענען געקומען הערן טאַדעוש ראָלקע, אַ באַוווּסטער פּוילישער פֿאָטאָגראַף. צווישן אַנדערע האָט ראָלקע פּובליקירט אַ בוך פֿאָטאָגראַפֿיעס מיטן טיטל Tu byliśmy. Ostatnie ślady zaginionej kultury [„מיר זענען דאָ געווען: דער זכר פֿון אַ פֿאַרשוווּנדענער קולטור‟]. די קולטור, פֿאַרשטייט זיך, איז די פּויליש-ייִדישע קולטור, וואָס איז פֿאַרטיליקט געוואָרן אין דער צווייטער וועלט-מלחמה.

ראָלקע האָט געמאַכט פֿאָטאָגראַפֿיעס אין נאָכמלחמהדיקן פּוילן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע שילן און גאַסן, הײַזער און בית-עולמס. ראָלקע, וואָס איז נישט קיין ייִד, איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע אין יאָר 1929. ווי ער דערציילט, געדענקט ער גאַנץ גוט די שטאָט פֿון אַמאָל, מיט אירע ייִדן. ווי אַ ייִנגל, האָט ער געזען פֿון דער אַרישער זײַט די גיגאַנטישע שׂריפֿה, וואָס האָט געבושעוועט אין מיטן וואַרשע, ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרברענגט די געטאָ בעתן אויפֿשטאַנד.

ראָלקע האָט אויך דערציילט, אַז די זומערס האָט ער פֿאַרבראַכט דעמאָלט אויפֿן לאַנד, אין אַ דאָרף, וואָס געפֿינט זיך אויף דער ליניע וואַרשע-טרעבלינקע. איין בילד איז פֿון דעמאָלט אײַנגעקריצט געוואָרן אין זײַן זכּרון. ער איז שוין געווען אַ ייִנגל פֿון אַן ערך פֿערצן יאָר — אַ טויטע ייִדישע פֿרוי, וואָס איז געלעגן בײַ די רעלסן, מסתּמא איז זי אַראָפּגעשפּרונגען פֿון דער באַן און געוואָלט אַנטלויפֿן.

געוויס, אַז די דאָזיקע שווערע אײַנדרוקן פֿון זײַן קינדהײט און יוגנט זענען משפּיע געווען אויפֿן פּוילישן קינסטלער, ער זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט דער ייִדישער טעמאַטיק.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.