אין דער וועלט פֿון קלעזמער־מוזיק איז ד״ר האַנקוס נעצקי גוט באַקאַנט. קודם־כּל, האָט ער געשאַפֿן און דיריגירט מיט איינער פֿון די ערשטע קאַפּעליעס אין דער קלעזמער־אויפֿלעבונג בײַם אָנהייב פֿון די 1980ער יאָרן — „די קלעזמער־קאָנסערוואַטאָריע־קאַפּעליע‟. די קאַפּעליע שפּילט נאָך הײַנט און האָט במשך פֿון איר געשיכטע אויסגעשולט עטלעכע דורות פֿון די בעסטע קלעזמאָרים אין לאַנד. זײַן מוזיקאַליש מבֿינות נעמט אַרײַן נישט בלויז קלעזמער־מוזיק, נאָר אויך חזנות, פֿאָלקסליד און דזשעז (ער פֿירט אָן מיטן אימפּראָוויזיר־אָפּטייל אין דער „נײַ־ענגלאַנד־קאָנסערוואַטאָריע‟.) דערצו האָט ער אַ קלעזמערישן ייִחוס און שטאַמט פֿון קלעזמאָרים אין זײַן היימשטאָט, פֿילאַדעלפֿיע.
כּדי צו פֿאַרשטיין די קולטור אַרום דער מוזיק, האָט ער אָנגעהויבן נאָך אין די 1970ער יאָרן צו אינטערוויויִרן מוזיקער, זייערע קינדער, אַלטע סאַרווערס פֿון חתונות און אַנדערע. זײַן פֿעטער מאַרווין און עלטער־פֿעטער שמואל קאַץ האָבן אים געוויזן מאַטעריאַלן און דערציילט מעשׂיות פֿון דער אַמאָליקער קלעזמער־סבֿיבֿה אין פֿילאַדעלפֿיע, וואָס האָבן אים פֿאַרכּישופֿט. אַנדערע קלעזמאָרים האָבן אים אויך דערציילט פֿאַרכאַפּנדיקע אַנעקדאָטן, און הײַנטיקס יאָר האָט נעצקי אַרויסגעגעבן אַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון קלעזמער־מוזיק אין פֿילאַדעלפֿיע, וואָס נעמט אַרײַן סײַ היסטאָרישע דאָקומענטן און מוזיק־נאָטן, סײַ די געשיכטע בעל־פּה.
נעצקיס נײַ־דערשינענע שטודיע — Klezmer: Music and Community in Twentieth-Century Jewish Philadelphia („קלעזמער: מוזיק און קהילה אין ייִדישער פֿילאַדעלפֿיע אינעם 20סטן יאָרהונדערט‟) שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ זעלטענע מאָנאָגראַפֿיע, ווײַל דער מחבר איז נישט קיין דרויסנדיקער וויסנשאַפֿטלער, נאָר איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער טעמע פֿון אינעווייניק. דאָס ווערק אַנאַליזירט די לעבנס פֿון די מוזיקער, ווי אויך די מוזיק, וואָס זיי האָבן געשפּילט.
ווען נעצקי האָט אָנגעהויבן לייענען די וויסנשאַפֿטלעכע ליטעראַטור וואָס שייך קלעזמער־מוזיק, האָט ער געפֿונען, אַז אַ צאָל באַקאַנטע פֿאָרשער האָבן געשריבן וועגן קלעזמער־מוזיק אין דער פֿאַרגאַנגענער צײַט נאָך אין די 1920ער יאָרן. אָבער זײַן פֿאָרשונג האָט פֿאַר אים אַנטפּלעקט אַ לעבעדיקע קלעזמערוועלט אין פֿילאַדעלפֿיע ביז די 1950ער יאָרן.
בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט פֿילאַדעלפֿיע פֿאַרמאָגט די דריט גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לאַנד, נאָך ניו־יאָרק און שיקאַגע. די ייִדן זענען געווען די גרעסטע אימיגראַנטישע גרופּע אין דער שטאָט בײַם סוף פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה — אַ פֿערטל מיליאָן נפֿשות. אַ גרויסע פּראָפּאָרץ פֿילאַדעלפֿיער ייִדן איז געקומען פֿון דרום־אוקראַיִנע אַרום קיִעוו און פֿון מאָלדאָווע — ערטער, וואָס זענען לאַנג באַקאַנט פֿאַר זייער בײַטראָג אין קלעזמער־מוזיק.
אַ דאַנק די לאַנדסמאַנשאַפֿטן און אַנדערע אינסטיטוציעס האָבן די אַלטע ייִדישע טראַדיציעס געקענט ווײַטער לעבן, בשעת זיי זענען שוין אויסגעשטאָרבן אין אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט. אין פֿילאַדעלפֿיע האָבן אויך געוווינט גרויסע גרופּעס ציגײַנער, אוקראַיִנער, רוסן און רומענער, און גוטע קלעזמאָרים האָבן געקענט פֿאַרדינען בײַ זייערע שׂימחות. איין קלעזמער דערציילט, אַז ווען בײַ די ציגײַנער האָט מען זיך אַמאָל געשלאָגן מיט מעסערס, האָט מען אין גיכן פֿאַרגעסן וועגן דעם און ווײַטער געטאַנצט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.