וולאַדיסלאַוו קוכער איז אַן אוקראַיִנישער סטודענט, וואָס איז געקומען ווי טויזנטער אַנדערע אוקראַיִנער קיין פּוילן אין דער לעצטער צײַט. קוכער האָט זיך געלאָזט פֿאָטאָגראַפֿירן, ווי ער מאַכט חוזק פֿונעם חורבן־דענקמאָל אין מײַדאַנעק. קוכער האָט זיך נישט געפֿוילט און פֿאַרשפּרייט זײַן בילד אויף דער אינטערנעץ.
די פּאָליאַקן און אוקראַיִנער זענען שטענדיק געווען נישט אין די בעסטע באַציִונגען. די אוקראַיִנער טענהן, אַז די פּאָליאַקן האָבן זיי אונטערגעדריקט. ווי באַקאַנט, איז מערבֿ-אוקראַיִנע געווען אונטער דער פּוילישער הערשאַפֿט, און לעמבערג, הײַנט לוויוו, איז געווען אַ גרויסע פּוילישע שטאָט.
נאָר וואָס זשע? די פֿײַנט פֿון מײַנע פֿײַנט זענען, ווי מיר ווייסן, מײַנע חבֿרים. היות וואָס די פּאָליאַקן האָבן מורא פֿאַר די רוסן, און היות וואָס אַ טייל פֿון די אוקראַיִנער קעמפֿן מיט די רוסישע סעפּאַראַטיסטן, זענען די אוקראַיִנער מיט אַמאָל געוואָרן גוטע פֿרײַנד פֿון פּוילן.
דאָס פּוילישע פֿאָלק געדענקט אָבער די אוקראַיִנישע שחיטה, וווּ טויזנטער פּאָליאַקן זענען אומגעבראַכט געוואָרן פֿון די אוקראַיִנישע נאַציאָנאַליסטן בשעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. סע וואָלט אפֿשר נישט געווען קיין גוזמא צו זאָגן, אַז אַפֿילו גזירות ת״ח ות״ט, וווּ אַזויפֿיל ייִדן און פּאָליאַקן זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן פֿון כמעלניצקיס פּאָגראָמשטשיקעס זענען נישט פֿאַרווישט געוואָרן פֿונעם זכּרון — סײַ בײַ די ייִדן, סײַ בײַ די פּאָליאַקן.
נאָך אַ זאַך. אַ סך דײַטשישע אַרבעט־ און טויט־לאַגערן האָבן זיך געפֿונען אויף דער פּוילישער ערד, אָבער די פּאָליאַקן האָבן נישט געוואָלט דינען די דײַטשן מיט דער פֿאַרניכטונגס־אַרבעט. די באַלטישע פֿעלקער און די אוקראַיִנער האָבן זיך יאָ אין דעם באַטייליקט.
במילא איז אַזאַ פּראָוואָקאַטיווער אַקט, דווקא מצד אַן אוקראַיִנער, ממש ווי אַ פּאַטש אין פּנים פֿאַר אונדז דאָ.
ווען קוכער האָט זיך געכאַפּט, אַז מען וויל אים שטעלן פֿאַר אַ געריכט, האָט ער דערקלערט אויף דער אינטערנעץ, אַז ער האָט גאָרנישט קעגן די פּאָליאַקן. נאָר די ייִדן האָט ער פֿײַנט. קוכער איז אַגבֿ זיבעצן יאָר אַלט. הייסט עס, אַז עס שטייט אים נאָך פֿאָר אַ לאַנג לעבן פֿון ייִדן־האַס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.