(די 2 טע זײַט פֿון 2)
בײַ אונדזערע שוועדישע שכנים איז אַרויס אַ שיין בוך, וואָס איז ממש אָנגענעם צו האַלטן אין דער האַנט. סע גייט די רייד וועגן אויגוסט סטרינדבערגס פּיעסע „אַ טרוימשפּיל‟ אין ייִדיש. די איבערזעצער זענען מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי. מסתּמא, איז דער טעקסט איבערגעזעצט געוואָרן פֿון דײַטש, ווײַל נאָך דרײַ שוועדיש-רעדנדיקע מומחים האָבן אָנגעפֿירט מיט דער שפּראַך־השגחה פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט: סטעפֿאַן בעס, פּאַולאַ פּערל גראָסמאַן, און זשאַן העסל. די שוועדישע, אַזוי גערופֿענע „פּאָסט קאָד לאָטעריע‟, האָט געדעקט די הוצאָות פֿונעם בוך.
אין זײַן הקדמה שרײַבט סטעפֿאַן מענדל-ענק, אַז דער אַרויסגעבער, דער „פּאָדיום פֿאַרלאַג‟, שטעלט זיך פֿאַר אַ ציל אויסצוברייטערן דעם ביכער־מאַרק און פֿאַרשפּרייטן שווער-צוטריטלעכע ליטעראַטור, קודם-כּל, דורך אַרויסגעבן ביכער אויף די פֿינף מינאָריטעט-שפּראַכן פֿון שוועדן. ייִדיש, זײַט וויסן, איז איינע פֿון זיי. סטרינדבערג, דערמאָנט אונדז סטעפֿאַן מענדל-ענק, האָט גענאָסן אין דער ערשטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט פֿון אַ ברייטער פּאָפּולאַריטעט צווישן דעם ייִדיש־לייענענדיקן עולם אין אייראָפּע און צפֿון־אַמעריקע.
סטרינדבערגס איבערגעזעצטע ווערק אויף ייִדיש נעמען אַרײַן, צווישן אַנדערע: „פֿרײַלײַן יוליאַ‟, „דער פֿאָטער‟, „קאַמעראַדן‟, „מוטער-ליבע‟, „די שטאַרקערע‟, „דער טויטנטאַנץ‟, „די פֿאַרברעכער‟, „אַ האַלב בייגעלע פּאַפּיר‟, „ווידוי פֿון אַ נאַר‟ און „דער רויטער צימער‟.
מען קען משער זײַן, גיט ער צו, אַז קיין איינע פֿון די פֿריִערדיקע אויסגאַבעס פֿון סטרינדבערגס ווערק אין ייִדיש האָט נישט דורכגעמאַכט אַזאַ פֿאָרזיכטיקן פֿאַרגלײַך מיטן שוועדישן אָריגינאַל, ווי די איצטיקע איבערזעצונג.
נו, אויב ייִדיש איז טאַקע אַן אָפֿיציעלע מינדערהייט־שפּראַך בײַ אונדזערע שוועדישע שכנים, וואָלט אפֿשר געווען יושרדיק איבערצוזעצן נישט נאָר פֿון שוועדיש אויף ייִדיש, נאָר טאַקע פֿון ייִדיש אויף שוועדיש, און נישט נאָר פֿאַרשטאָרבענע דראַמאַטורגן, נאָר אויך אַזעלכע, וואָס זענען דערווײַל נאָך מיט אונדז. אויב מען וועט שטעלן אַזוינע פּיעסן, וואָלט געווען נאָך בעסער. אַ שפּראַך בלײַבט בײַם לעבן כּל־זמן זי ווערט גערעדט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.