קען הילאַרי קלינטאָן צופֿרידנשטעלן ביידע צדדים?

Can Hillary Clinton Please Both Sides?


פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published July 10, 2015, issue of August 07, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מאַרק מעלמאַן, אַ דעמאָקראַטישער אַנקעטע־פֿירער, זאָגט אָבער, אַז „מע זעט יאָ אַ זייער שטאַרקע שטיצע פֿאַר ישׂראל צווישן די דעמאָקראַטן; יענע פּראָגרעסיווע קרײַזן, וואָס זענען נישט פּראָ־ישׂראל, האָבן אַ קנאַפּע השפּעה אויף דער פּאַרטיי.‟

פֿון דעסטוועגן, איז אויפֿן דעמאָקראַטישן צוזאַמענפֿאָר אין 2012 געווען אַ בולטער אונטערשייד צווישן די פּאַרטיי־פֿירער און סתּם אַקטיוויסטן. ווען די רעפּובליקאַנער און פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס האָבן קריטיקירט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פֿאַר נישט אָננעמען אַן אָפֿיציעלע פּלאַטפֿאָרם, וואָס שטיצט די גאַנצע שטאָט ירושלים ווי די קרוינשטאָט פֿון מדינת־ישׂראל, האָט פּרעזידענט אָבאַמאַ געהייסן די פֿירער פֿונעם צוזאַמענפֿאָר דורכצופֿירן אַן אָפּשטימונג וועגן דעם ענין, לויט די קולות פֿונעם עולם. מע האָט געדאַרפֿט דורכפֿירן די אָפּשטימונג דרײַ מאָל, ווײַל די קולות, וואָס האָבן אויסגעשריגן „ניין‟, זענען געווען פּונקט אַזוי שטאַרק ווי די קולות, וואָס האָבן געזאָגט „יאָ‟.

קלינטאָן וועט אויך דאַרפֿן באַשליסן ווי נאָענט, אָדער ווי ווײַט, זי וועט זיך שטעלן לגבי אָבאַמאַס שטעלונגען. אויב זי דערווײַטערט זיך פֿון אָבאַמאַ, וועט עס באַרויִקן די ייִדישע דעמאָקראַטן, וואָס זענען נישט צופֿרידן מיט זײַנע שטעלונגען. אָבער אויב זי דערווײַטערט זיך צו פֿיל, וועט זי אָפּפֿרעמדן אָבאַמאַס אָנהענגער, וועמעס שטיצע זי מוז האָבן.

דער בלויז צווישן קלינטאָן און אָבאַמאַ איז ספּעציעל שטאַרק, ווען עס קומט צו דער פֿראַגע פֿון די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן. „זי האַלט, אַז אַ שטרענגער אָפּמאַך מיט איראַן איז גוט פֿאַר ישׂראל,‟ האָט איר וואָרטזאָגער, ניק מעריל, געזאָגט Politico.

קלינטאָן האָט אויך באַטאָנט, אַז אויב זי וועט דערוויילט ווערן, וועט זי האָבן אַן אַנדער צוגאַנג צו נתניהו. רעדנדיק פֿאַר אַ גרופּע ייִדישע מנדבֿים אויף אַ בענעפֿיט אין ניו־יאָרק לעצטנס, האָט זי דערקלערט: „דיפּלאָמאַטיע איז געקניפּט־און־געבונדן מיט פּערזענלעכע באַציִונגען, און איך האָב מײַנע אייגענע באַציִונגען מיט אים.‟