דער טעכנאָלאָגיע־ריז „מײַקראָסאָפֿט‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז ער וועט קויפֿן די פֿירמע FieldOne Systems, געגרינדעט דורך שלמה בוים, אַ סאַטמאַרער חסיד פֿון קרית־יואל, פֿאַר $39 מיליאָן דאָלאַר.
די פֿירמע, וואָס בוים האָט געגרינדעט אין 2001, און וווּ ער דינט הײַנט ווי דער „הויפּט פֿון טעכנאָלאָגיע‟, אַרבעט אויפֿן געביט פֿון CRM, ד׳׳ה דאָס באַהאַנדלען די באַציִונגען צווישן אַ פֿירמע און אירע קונים. דאָס קאָמפּיוטער־פּראָגראַמוואַרג FieldOne העלפֿט די פֿירמעס צו בלײַבן אין פֿאַרבינדונג מיט אירע אַרבעטער, וואָס האַלטן אין פֿאָרן. דאָס פּראָגראַמוואַרג (software) העלפֿט די פֿירמעס בעסער צו אָרגאַניזירן די אינפֿאָרמאַציע, וואָס זיי דאַרפֿן „אינעם פֿעלד‟; דאָס הייסט, עס האַלט אַן אויג אויף די מכּשרים וואָס די אַרבעטער האָבן, ווען זיי האָבן פֿריִער געאַרבעט מיטן קליענט, ווי דרינגלעך איז די אַרבעט, וויפֿל צײַט וועט נעמען בײַ די אַרבעטער דאָס פֿאָרן און עסן מיטאָג, און נאָך צענדליקער אַזעלכע פּרטים.
„די CRM איז אַ ריזיקע אינדוסטריע, וואָס באַשטייט ניט בלויז פֿון באַדינונג־אָנגעשטעלטע (service industry employees), נאָר אויך פֿון אַ סך טעכניקער, אינסטאַלאַטאָרן און אַנדערע מענטשן, וואָס אַרבעטן מחוץ די ביוראָען און נייטיקן זיך אין אַן אופֿן, ווי אַזוי אויטאָמאַטיש צו וויסן, וואָס עס קומט פֿאָר מיט די פּראָיעקטן, אויף וועלכע זיי אַרבעטן‟, האָט דערקלערט איען דזשייקאָבס, אַן עקספּערט אינעם פֿעלד פֿון CRM, וואָס אַרבעט ווי אַן אַנאַליסט פֿאַר דער פֿירמע Forrester, בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „איין פֿאַקטאָר וואָס האָט געהאָלפֿן FieldOne איז, אַז זיי זענען אַרויפֿגעקומען אויף דער סצענע אין אַ גוטער צײַט. די פֿירמע ‘אָראַקל’ האָט לעצטנס געקויפֿט אַן ענלעכע פֿירמע, און די אַנדערע גרויסע פֿירמעס אין דער CRM־אינדוסטריע האָבן אויך געקויפֿט קלענערע פֿירמעס צו אַרבעטן מיט זייערע פּראָדוקטן. האָט ׳מײַקראָסאָפֿט׳ אויך געדאַרפֿט קויפֿן אַן ענלעכע פֿירמע, כּדי צו קענען ווײַטער קאָנקורירן אינעם פֿעלד.”
לויט אַ באַריכט אין Information Week, האָט FieldOne שוין צוזאַמענגעאַרבעט מיט „מײַקראָסאָפֿט‟ זינט מאַרץ הײַיאָר ווי די איינציקע פֿירמע פֿון איר מין אָנטיילצונעמען אין „מײַקראָסאָפֿטס‟ עקסלוסיווער פּראָגראַם פֿאַר אומאָפּהענגיקע פֿירמעס, וואָס פֿאַרקויפֿן „מײַקראָסאָפֿטס‟ פּראָגראַמוואַרג. צוליב אַזאַ נאָענטע קאָאָפּעראַציע און דעם פֿאַקט, וואָס די צוויי פֿירמעס האָבן זייער גוט צוזאַמענגעאַרבעט, קען „מײַקראָסאָפֿט‟ איצט אינטעגרירן די פּראָדוקטן פֿון FieldOne Systems אין איר קאַטאַלאָג, אַז זיי זאָלן קענען עפֿעקטיוו און פֿליסיק צוזאַמענאַרבעטן מיט „מײַקראָסאָפֿטס‟ אַנדערע פּראָגראַמוואַרגן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.