(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ביידע פֿירמעס זענען, לויט זייערע דערקלערונגען פֿאַר דער פּרעסע, גאַנץ צופֿרידן מיטן אָפּמאַך. באָב סטוץ, אַ וויצע־פּרעזידענט פֿון „מײַקראָסאָפֿט‟, האָט דערקלערט, אַז „דאָס קענען באַהאַנדלען פֿאַרשידענע עלעמעטן ׳אינעם פֿעלד׳, איז אַ ספּעציפֿישער, אָבער קריטיש־וויכטיקער שטח פֿון דינען די קליענטן, וואָס גיט די פֿירמעס אַ מעגלעכקייט צו דינען זייערע קליענטן פֿון אָנהייב אָן ביזן סוף פֿון זייער אַרבעט… די פֿירמעס האַלטן אין איין זוכן נײַע אופֿנים, ווי אַזוי זיי קענען בעסער רעאַגירן אויף די באַדערפֿענישן פֿון זייערע קליענטן, ווען זייערע אַרבעטער זענען ׳אינעם פֿעלד׳, דאָס הייסט, דינען דירעקט זייערע קונים, ווען זיי קענען זיך ניט פֿאַרבינדן מיט זייערע אַרבעטער דורכן טעלעפֿאָן אָדער אינטערנעץ. אין דעם גאָר וויכטיקן שטח שטייט FieldOne העכער פֿון אירע קאָנקורענטן‟ — האָט באַטאָנט באָב סטוץ.
בײַם אַנאָנסירן אויפֿן וועבזײַטל פֿון זײַן פֿירמע, אַז „מײַקראָסאָפֿט‟ האָט געקויפֿט FieldOne, האָט שלמה בוים איבערגעגעבן: „איך בין דאַנקבאַר און דערשטוינט פֿון דער נסיעה, וואָס מיר הייבן אָן ווי אַ פֿירמע. דאָס וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ווי אַ פּשוטער געדאַנק מיט יאָרן צוריק, איז געוואָרן אַ מעכטיקע לייזונג, וואָס וועט צוהעלפֿן מיליאָנען מענטשן איבער דער וועלט‟.
אילן סלאַסקי, דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון FieldOne האָט דערקלערט אין אַן אָנאָנס אויף זײַן פֿירמעס וועבזײַטל, אַז די פֿירמע וועט נאָך אַלץ אַרבעטן מיטן זעלביקן פּערסאָנאַל, אָבער צוליב דער אָפּמאַך מיט „מײַקראָסאָפֿט‟, וועט זי האָבן צוטריט צו מער רעסורסן און מער ראַפֿינירטער פּראָגראַמוואַרג. „׳מײַקראָסאָפֿט׳ האָט אָנערקענט די אוניקאַלע טויגעוודיקייטן פֿון FieldOne און אונדזער פֿעיִקייט צו לייזן אַן עכטע באַדאַרפֿעניש פֿונעם מאַרק: דעם מאַנגל אין פּראָגראַמען, וואָס העלפֿן די פֿירמעס צו באַדינען זייערע קליענטן ׳פֿונעם פֿעלד׳‟.
די ידיעה, אַז אַ קרית־יואלער חסיד האָט פֿאַרקויפֿט זײַן „הײַטעק‟־פֿירמע צו אַזאַ מעכטיקן און אָנגעזעענעם פֿינאַנציעלן ריז ווי „מײַקראָסאָפֿט‟, וועט אפֿשר דערשטוינען אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, ווײַל עס שטימט אין גאַנצן ניט מיטן סטעראָטיפּ פֿון אַ חסיד, ווי איינער, וואָס האָט ניט צו טאָן מיט דער מאָדערנער וועלט. פֿאַר די, אָבער, וואָס קענען בעסער די חסידישע קרײַזן, איז די נײַעס ניט אַזוי אויסטערליש. „איך בין ניט געווען ספּעציעל פֿאַרחידושט דאָס צו הערן‟, האָט דערקלערט שלום דין, אַ געוועזענער חסיד, וואָס האָט געאַרבעט ווי אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, ווען ער האָט נאָך אַלץ געוווינט אינעם סקווערער שטעטל „ניו־סקווער‟. „סײַ די טעכנאָלאָגיע און סײַ די אונטערנעמערײַ (entrepreneurship), און די קאָמבינאַציע פֿון די צוויי זענען שוין פֿון לאַנג זייער פֿרײַנדלעך צו אויטאָדידאַקטן. מענטשן, וואָס הייבן אַליין אָן עפּעס צו טאָן און מענטשן וואָס טוען עפּעס ווי אַ ׳האָבי׳. די טראַדיציע, למשל, פֿון מענטשן וואָס פֿאַרלאָזן דעם אוניווערסיטעט און ווערן ׳הײַטעק׳־מאַגנאַטן גייט צוריק צו ביל גייטס. די חסידים, ניט געקוקט אויף זייער אָרעמער וועלטלעכער דערציִונג, זענען אָפֿט גאַנץ המצאהדיק אין די געביטן, וואָס זענען אָפֿן פֿאַר זיי‟. דין האָט ווײַטער דערקלערט אין זײַן בליצבריוו צום „פֿאָרווערטס‟, אַז אַזעלכע, וואָס זענען אַזוי דערפֿאָלגרײַך ווי שלמה בוים, זענען אָבער דווקא אַ יוצא-מן-הכּלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.