געראַטעוועט אַ פֿרעמדן

Saving a Stranger's Life

יצחק פּינקעס בײַ אַ פֿעכערײַ־פֿאַרמעסט.
Facebook
יצחק פּינקעס בײַ אַ פֿעכערײַ־פֿאַרמעסט.

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 02, 2015, issue of August 21, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

ניט געקוקט אויף דער ריזיקע און די שוועריקייטן פֿון דער אָפּעראַציע, האָט פּינקעס ווייניק געקלערט וועגן זײַן געזונט. „די ערשטע זאַך, וואָס איז מיר אײַנגעפֿאַלן נאָך דעם, וואָס איך האָב געהערט פֿון חנהן איז געווען: ׳צי קען איך דאָס דערלויבן פֿינאַנציעל?׳ צוליב דעם, וואָס מע דאַרף האַלטן אַן אויג אויף די פּאַציענטן, וואָלט איך געדאַרפֿט בלײַבן אין ניו־יאָרק אויף פֿיר וואָכן. איך האָב לעצטנס געקויפֿט אַ הויז. איך האָב אַ היפּאָטעק (mortgage) און אַנדערע זאַכן, וואָס איך דאַרף באַצאָלן. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳וואָלט געווען שווערער פֿון אַ פֿינאַנציעלן שטאַנדפּונקט, ווי ווען איך בין געווען אין אוניווערסיטעט. איך האָב, אָבער, זיך דערוווּסט, אַז איך האָב געהאַט גענוג ׳וואַקאַציע׳־ און ׳קראַנקע׳־טעג, אַוועקצוגיין פֿון דער אַרבעט אויף אַ חודש‟.

אַחוץ דעם, וואָס עס איז שווערער עמעצן צו שענקען אַ לעבער ווי אַ ניר, איז עס אויך געוויינטלעך אַפֿילו מער קריטיש פֿאַרן פּאַציענט, וואָס נייטיקט זיך אינעם אָרגאַן. „מיט אַ ניר איז דאָ כאָטש ׳דײַאַליסיס׳, וואָס דערלאָזט, אַז מע קען ווײַטער לעבן מיט נירן וואָס פֿונקציאָנירן ניט,‟ האָט דערקלערט חיה ליפּשוץ. „מיט אַ לעבער, אָבער, איז דער ענין נאָך מער קריטיש, ווײַל ווען דער אָרגאַן אַרבעט ניט קען מען דעם פּאַציענט בלויז געבן אַ נײַעם. דערפֿאַר שטאַרבן מענטשן אָפֿט גיכער צוליבן דורכפֿאַל פֿונעם לעבער‟.

נאָכן איבערקוקן זײַנע פֿינאַנצן און אַרומרעדן דעם ענין מיט זײַן פֿרוי, האָט יצחק געלאָזט חיה ליפּשוצן וויסן, אַז ער איז אַ בעלן.

„יעדער איינער האָט מיך שטאַרק געשטיצט,‟ האָט יצחק דערקלערט. „מײַן פֿאָטער האָט לכתּחילה פּרובירט מיך אײַנצורעדן עס ניט צו טאָן. אָבער ווען ס׳איז אים געוואָרן קלאָר, אַז איך וועל עס סײַ ווי טאָן, האָט ער אין גאַנצן געשטיצט מײַן באַשלוס‟.

הערש פֿרידמאַן, אַ לאַנגיאָריקער נאָענטער חבֿר פֿון יצחק, האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז יצחקס באַשלוס איז בײַ אים אין גאַנצן ניט געווען קיין חידוש. „ער לעבט תּמיד לויט זײַנע אידעאַלן, אַפֿילו ווען ער דאַרף מקריבֿ זײַן אַ סך דערפֿאַר,‟ האָט פֿרידמאַן געזאָגט.

ווי ס׳רובֿ מענטשן, וואָס שענקען אַן אָרגאַן צו אַ פֿרעמדן, האָט יצחק געוווּסט בלויז אַ פּאָר גרונטלעכע פּרטים וועגן דער פֿרוי, וואָס האָט באַקומען אַ פֿערטל פֿון זײַן לעבער. „ס׳איז מיר אין גאַנצן ניט אָנגעגאַנגען, ווער עס זאָל באַקומען,‟ האָט ער געזאָגט. „איך האָב געוווּסט פֿון פֿריִער, אַז עס וועט זײַן אַ חסידישע מאַמע פֿון פֿיר קינדער, וואָס וווינט אין מאָנסי. איך האָב געוווּסט, אַז זי איז 42 יאָר אַלט. איך האָב אַ סך טענות צו דער חסידישער קהילה אָבער דאָס איז אין גאַנצן ניט שייך. זי איז עמעצער, וואָס איז קראַנק; אַ מענטש, וואָס שטייט אַקעגן אַ ׳טויט־שטראָף׳. און איך קען זי ראַטעווען. ווי אַזוי וואָלט איך איר ניט געקענט העלפֿן?‟

די פֿרוי, וואָס האָט גענאָסן פֿון יצחקס חסד, איז איינע פֿון די געציילטע, וואָס האָבן געהאַט דעם מזל צו באַקומען אַ לעבער פֿון אַ לעבעדיקן שענקער. לויטן „נעץ פֿאַרן באַקומען און איבערפֿלאַנצן אָרגאַנען‟ (Organ Procurement and Transplantation Network), וואַרטן הײַנט 15,166 אַמעריקאַנער צו באַקומען אַ לעבער־איבערפֿלאַנצונג. פֿאַראַיאָרן האָבן 7,346 מענטשן באַקומען אַן איבערפֿלאַנצונג; צווישן זיי, נאָר 280 פֿון לעבעדיקע שענקער. ווי עס דערקלערט אויף דער שפּיטאָלס וועבזײַטל ד׳׳ר בנימין סאַמסטײַן, דער שעף פֿאַר לעבער־איבערפֿלאַצונגען בײַ „ניו־יאָרק פּרעסביטעריען‟, וואָס האָט אָפּערירט אויף יצחקן, „די רעזולטאַטן פֿאַר אַן איבערפֿלאַנצונג פֿון אַ לעבעדיקן לעבער־שענקער זענען אַ סך בעסער, ווי די פֿון אַ שענקער, וואָס לעבט ניט‟. ד׳׳ר סאַמסטײַן דערקלערט ווײַטער אינעם פֿילם, אַז די פּאַציענטן וואָס באַקומען אַן איבערפֿלאַנצונג פֿון אַ לעבעדיקן שענקער בלײַבן לעבן ביז 20% מער אָפֿט.

פֿון זײַן זײַט, האָפֿט יצחק אַז אַנדערע וועלן פֿאָלגן אין זײַנע פֿוסטריט און אַז אַזוי אַרום וועלן מער מענטשן קענען באַקומען אַ לעבער־איבערפֿלאַנצונג פֿון אַ לעבעדיקן שענקער. „מײַן עצה איז, טו עס,‟ האָט ער געזאָגט. „אויב איר זענט בכּוח און קענט עס אויסהאַלטן פֿינאַנציעל, איז עס כּדאַי‟.