נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 03, 2015, issue of August 21, 2015.

נײַע אַרומפֿאָרנדיקע אױסשטעלונג װעגן אַנאַ פֿראַנק און איר משפּחה

אַ נײַע אַרומפֿאָרנדיקע אױסשטעלונג װעגן דעם משפּחה־לעבן פֿון אַנאַ פֿראַנק האָט זיך געעפֿנט בײַ דער „לאַם משפּחה ייִדישע־ביבליאָטעק‟ אין מעלבורן. מע קען זי באַזוכן במשך פֿון די קומענדיקע זעקס װאָכן. זי איז פֿריִער געװען צו גאַסט אין דער שטאָט לאָנסעסטאָן אין טאַזמאַניע. די אױסשטעלונג באַשטײט פֿון 7 קעמערלעך, װעלכע פֿאַרבינדן די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון די מיטגלידער פֿון אַנאַ פֿראַנקס משפּחה מיט די װעלט־געשעענישן, װעלכע האָבן באַאײַנפֿלוסט זײער לעבן. די אױסשטעלונג איז צוגעגרײט געװאָרן פֿונעם „אַנאַ פֿראַנק הױז אין אַמסטערדאַם.

דער ישיבֿה־צענטער בעט פֿאָרלייגן

דער מעלבורנער ישיבֿה־צענטער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנאָנס אין דער אױסטראַלישער ייִדישער װאָכנשריפֿט אין װאָס ער מעלדעט זײַן בקשה אַז יחידים און גרופּעס פֿונעם ייִדישן אַרום װעלכע װילן העלפֿן דעם צענטער זאָלן טײלן זיך מיט זײערע פֿירלײגן פֿאַר דער װײַטערדיקער אָנפֿירונג פֿונעם מעלבורנער ישיבֿה־צענטער. ער גיט אױך איבער די נעמען פֿון די מיטגלידער פֿון זײַן נײַעם אױספֿיר־ראַט און זײַן װעבזײַט.

אונטערשטיצונג פֿאַר „קשת‟

די מיטגליד־אָרגאָניזאַציעס פֿונעם ייִדישן קהילה-ראַט פֿון װיקטאָריע װעלן אָפּשטימען מאָנטיק בײַ נאַכט װעגן דער אַפּליקאַציע פֿון „קשת אױסטראַליע‟ צו װערן אַ מיטגליד פֿונעם ראַט. „קשת‟ איז אַ גרופּע ייִדישע האָמאָסעקסואַליסטן, לעזביאַנקעס, בײַ־סעקסואַליסטן און טראַנס־סעקסואַליסטן. כּדי אָנגענומען צו װערן װי אַ מיטגליד פֿון דער ייִדישער דאַך־אָרגאָניזאַציע דאַרפֿן 2/3 פֿון די מיטגלידער מסכּים זײַן. כאָטש די אָרטאָדאָקסישע שיל אין סט. קילדאַ האָט שױן געמאָלדן אַז זי װעט שטימען פֿאַר „קשת‟, האָט דער ראַט פֿון אָרטאָדאָקסישע שילן אין װיקטאָריע געזאָגט, אַז זײַנע מיטגלידער האָבן נאָך נישט באַשלאָסן װי אַזױ זײ װעלן שטימען. דער פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע סטודענטן אין אױסטראַליע, דער ציוניסטישער ראַט פֿון װיקטאָריע, די גרופּע „שטײט אױף‟, דער ייִדישער אַרבעטער־בונד און נישט־אָרטאָדאָקסישע שילן האָבן שױן געמאָלדן, אַז זײ װעלן אונטערשטיצן „קשתס‟ אַפּליקאַציע.