נײַעס פֿון מעלבורן

News From Melbourne


פֿון שרה זילבערמאַן

Published August 03, 2015, issue of August 21, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

די נײַע רעזאָלוציע װעגן מיטעלן מיזרח פֿון דער „לײבאָר‟־פּאַרטײ

די אױסטראַלישע „לײבאָר‟־פּאַרטײ האָט אָנגענומען אַ נײַע רעזאָלוציע װעגן דער לאַגע אין מיטעלן מיזרח אױף איר נאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ. דער טעקסט שטיצט אונטער אַ צװײ־שטאַטישע לײזונג צום סיכסוך צװישן מדינת־ישראל און די פּאַלעסטינער, און אַנערקענט ישׂראלס רעכט צו לעבן זיכער און בשלום אינעם מיטעלן מיזרח. ער אַנערקענט אױך די אַספּיראַציעס פֿון די פּאַלעסטינער צו לעבן בשלום אין אַן אײגן לאַנד. דער טעקסט פֿאָדערט, אַז „כאַמאַס‟ זאָל אױפֿהערן שיסן ראָקעטן פֿון עזה און אַז מדינת־ישׂראל זאָל זײַן אײַנגעהאַלטן אין אירע אָפּרופֿן אױף די ראַקעטן.

דער נײַער טעקסט פֿאָדערט אױך, אַז אַ פּאַלעסטינישע מלוכה דאַרף זײַן דעמיליטעריזירט. ער רופֿט די ישׂראלדיקע רעגירונג אױפֿצוהערן בױען ייִדישע זידלונגען אױפֿן מערבֿ־ברעג. גלײַכצײַטיק טאַדלט ער יעדן בויקאָט פֿון דער מדינה. ער טאַדלט פּרעמיער מיניסטער נתניהוס אױסשליסן די מעגלעכקײט, אַז אַ פּאַלעסטינישער מלוכה זאָל אײַנגעפֿירט װערן און אױך זײַנע ראַסיסטישע באַמערקונגען. ער שטרײַכט אונטער אַז אַ פּאַלעסטינישע מלוכה װאָלט געדאַרפֿט אַנערקענען מדינת־ישראל און אַז די מדינה װעט מוזן אַנערקענען אַ פּאַלעסטינישע מלוכה מיט דער האָפֿענונג, אַז דאָס װעט דערפֿירן צו שלום און זיכערהײט אין מיטעלן מיזרח.

די רעזאָלוציע חזרט איבער דעם צוגאַנג פֿון דער לעצטער „לײבאָר‟־רעגירונג אין לאַנד, װאָס פֿאָדערט, אַז אַן אָפּמאַך צװישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זאָל זײַן באַזירט אױף די גרענעצן, װעלכע האָבן עקסיסטירט פֿאַר 1967 און אַז עס װעט זײַן נײטיק צו בײַטן זיך מיט געװיסע שטחים.

ייִדישע „לײבאָר‟ פּאַרלאַמענטאַריער האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען אין דער נאַציאָנאַלער ייִדישער װאָכנשריפֿט װעגן דער רעזאָלוציע. זײ שטרײַכן אונטער, אַז „לײבאָר‟ װעט נאָר אַנערקענען אַ פּאַלעסטינישע מלוכה אױב די פּאַלעסטינער װעלן אַנערקענען אױסטראַליעס פֿאָדערונג, אַז מדינת־ישׂראל זאָל קענען לעבן בשלום און זיכער אינעם מיטעלן מיזרח.

פֿאָרשטײערס פֿון דער ציוניסטישער באַװעגונג אין אױסטראַליע האָבן געטאַדלט די רעזאָלוציע, זאָגנדיק, אַז זי איז אײן־זײַטיק, כאָטש זײ האָבן באַגריסט אַ טײל פֿון אירע פּרטים. דער אױסטראַליע/ישׂראל און ייִדישע ענינים ראַט האָט זיך געזאָרגט, אַז די רעזאָלוציע קען שטערן שמועסן װעגן אײַנפֿירן אַ יושרדיקע צװײ־שטאַטישע לײזונג. דער פּרעזידענט פֿון דער ציוניסטישער פֿעדעראַציע פֿון אױסטראַליע זאָגט אַז די רעזאָלוציע גיט בײדע צדדים אין מיטלען מיזרח אַ „מאָראַלישע עקװיװאַלענץ”. דער פּרעזידענט פֿונעם ציוניסטישן ראַט פֿון װיקטאָריע האָט באַגריסט די עלעמענטן פֿון דער רעזאָלוציע װעלכע שטיצן אונטער מדינת־ישׂראל. דערצו האָט ער געטאַדלט דאָס װאָס ער באַצײכנט װי פּרטים װעלכע „ פֿאַרשטאַרקן דעם מיטאָס אַז בלױז ישׂראל דאַרף ענדערן איר אױפֿפֿירונג כּדי צו שליסן שלום מיט אירע שכנים”. דער פּרעזידענט פֿון דער גרופּע עמינו האָט געעצהט אַז ייִדישע אָרגאָניזאַציעס זאָלן געדענקען אַז דער טעקסט איז אַ פּאָליטישער קאָמפּראָמיז װאָס איז „װײניקער עקסטרעם װי מע האָט אָריגינעל דערװאַרט” און װײַל „ייִדן דאַרפֿן פֿאַרשטאַרקן זײערע אונטערשטיצערס אין דער לײבאָר פּאַרטײ און דורך דעם אַנטדעקן די אין דער לײבאָר פּאַרטײ װעלכע האָבן אַן עלסטרעמע אָבצעסיע מיט קריטיקירן ישׂראל”.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.