בעת די גרויסע זומערדיקע היצן אין ניו־יאָרק און אין די אַנדערע גרויסע שטעט בײַם מיזרח־ברעג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אַנטלויפֿט מען ווי פֿאַרסמטע מײַז אויף צפֿון אָדער אין די בערג, מע זאָל זיך קענען אָפּקילן אַ ביסל. אַמאָל איז געווען גענוג מע זאָל פֿאָרן אויף וואַקאַציע אין די קעטסקיל־בערג, אָבער די גרויסע ייִדישע האָטעלן האָבן זיך געשלאָסן אין די 1970ער יאָרן. די „באָנגאָלאָ־קאָלאָניעס” זענען געוואָרן אין גאַנצן חסידיש; קיין רעשטל פֿון די אַמאָליקע גרינע אימיגראַנטן איז קוים געבליבן. הײַנט פֿאָרט מען אַפֿילו צו דעם צפֿונדיקסטן שטאַט אין אַמעריקע — מיין, און אַ וואַקסנדיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג קען מען דאָרט הײַנט געפֿינען נישט בלויז צו פֿאַרברענגען די וואַקאַציע, נאָר אויך צו וווינען אַ גאַנץ קײַלעכדיק יאָר.
מען האַלט, אַז דער ערשטער ייִד אין מיין האָט געהייסן זוסמאַן אַבראַמס (1743—1830) און האָט געשטאַמט פֿון האַמבורג, דײַטשלאַנד. ס׳רובֿ דײַטשע ייִדן האָבן דעמאָלט געאַרבעט ווי פּעדלער, און די וועלכע האָבן געוווינט אין באָסטאָן האָבן אויסגעוואַנדערט קיין מיין צו זוכן נײַע קונים און האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. אויף אַן ענלעכן אופֿן האָבן די דײַטשע ייִדן זיך באַזעצט אין די דרומדיקע שטאַטן פֿון אַמעריקע.
קיין מאַסן ייִדן זענען אָבער נישט געלאָפֿן אַהין צו וווינען. ערשט אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָט די קהילה זיך אָרגאַניזירט, געשאַפֿן סינאַגאָגעס אין די שטעט באַנגאָר און פּאָרטלאַנד. פּאָרטלאַנד איז געוואָרן דער גרעסטער ייִדישער צענטער אין מיין און מען האָט זי אָנגערופֿן „די ירושלים פֿונעם צפֿון”. אַן ערך 14,000 ייִדן וווינען הײַנט אינעם שטאַט.
דורך דער אינטערנעץ באַקומט מען טאָג אײַן, טאָג אויס, רשימות, מיט עפּעס אַ רעקלאַמע געצילט אויף די מיליאָנען אַמעריקאַנער, וואָס דערנענטערן זיך צו זייער פּענסיע. לשמל, וווּ זענען די 10 בעסטע ערטער, וווּ מע זאָל וווינען אויף דער עלטער? אין וועלכע שטעט לעבט מען צום לענגסטן? די גרעסטע שטאָט אין מיין, פּאָרטלאַנד, געפֿינט זיך געוויינטלעך נישט אויף די דאָזיקע רשימות, ווײַל די ווינטערס דאָרט געדויערן לאַנג. בײַ זיי, די מיינער, זאָגט מען, אַז דער טאָג איז אַ קאַלטער נאָר ווען סע ווערט קעלטער פֿון 10—15 גראַד פֿאַרענהײַט. אָבער כאָטש פּאָרטלאַנד געפֿינט זיך נישט אויף די „בעסטע” רשימות, האָט זיך פֿאַרשפּרייט די בשׂורה, אַז אין דער שטאָט קען מען זיך אויסלעבן די יאָרן מיט אַלע באַקוועמלעכקייטן, מיט אַן אַקטיוון קולטור־לעבן און פֿרײַנדלעכע שכנים.
במשך פֿון אַ וואָך האָב איך זיך באַקענט מיט כּלערליי ייִדן אין מיין, וואָס האָבן זיך דאָרטן באַזעצט צוליב פֿאַרשיידענע טעמים. אין פּאָרטלאַנד וווינט די משפּחה פּערלמאַן, וואָס איז באַקאַנט ווי אַ זינגענדיקע, טאַנצנדיקע משפּחה, בפֿרט פֿון שאָטלענדישער מוזיק. זייער גרופּע הייסט „הײַלאַנד־סאָלס” און זיי טרעטן אויף איבער נײַ־ענגלאַנד און אַנדערע שטעט אין אַמעריקע. די משפּחה קומט אויך אין „קלעזקאַנאַדע‟, כּדי זיך צו לערנען מער וועגן ייִדישער מוזיק, טענץ און קולטור. פֿאַר די טאַטע־מאַמע, די טאַנצלערערין לאָראַ סקאַט און דער פֿידלער עד פּערלמאַן, איז פּאָרטלאַנד געווען אַן אויסערגעוויינטלעך אָרט אויפֿצוהאָדעווען זייערע קינדער, און נאָך און נאָך יונגע ייִדישע משפּחות קומען איצט אַהין צו פֿירן אַ מער רויִק לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.