(די 2 טע זײַט פֿון 2)
מע קען דאַוונען אין דרײַ שילן אין פּאָרטלאַנד. די עלטסטע — „שערי־תּפֿילה‟ — איז געגרינדעט געוואָרן אין 1904 און איז אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע שיל. ס׳רובֿ מיינער ייִדן זענען נישט פֿרום, כאָטש דער ברעזנער רבי האָט געוווינט אין פּאָרטלאַנד אין די 1920ער יאָרן.
צוויי שעה פֿון פּאָרטלאַד איז די שטאָט אָובערן, מיט איר ”צווילינג־שטאָט‟, לויִסטאָן, אויף דער אַנדערער זײַט טײַך. אַ מאָל איז אָובערן געווען אַ לעבעדיקע שטאָט פֿאַר מילן, וואָס האָבן פּראָדוצירט טעקסטילן; אָבער ווי אַלע אַנדערע מילן־שטעט אין נײַ־ענגלאַנד איז די אינדוסטריע צו ביסלעך אויסגעשטאָרבן. הײַנט געפֿינען זיך צוויי גוטע שפּיטעלער אין אָובערן, און בייטס־קאָלעדזש אין לויִסטאָן. דאָס האַלט בײַם לעבן די צוויי שטעט און ציט צו ייִדישע דאָקטוירים און פּראָפֿעסאָרן. לעצטנס איז פּאָרטלאַנד געוואָרן אַזוי טײַער, אַז קינסטלער, צווישן זיי — ייִדן, קומען אַהין צו אַרבעטן אין גרעסערע, און ביליקערע סטודיאָס.
קיין אָובערן זענען פֿאַר אַ יאָרן געקומען וווינען די מוזיקער ליסאַ מייערס און סרולי דרעזדנער מיט זייערע קינדער ווײַל די „טעמפּל־שלום‟־שיל, אַ קאָנסערוואַטיווע אָבער אומאָפּהענגיקע סינאַגאָגע, האָט אים אָנגעשטעלט ווי זייער רבֿ. אַזאַ מציאה — דער מנין האָט באַקומען מיט איין מאָל סײַ אַ רבֿ, סײַ אַ חזן, סײַ אַ קלעזמער! „טעמפּל־שלום‟ איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1982 און הרבֿ דרעזדנער איז אין גיכן אַרײַנגעצויגן געוואָרן אינעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון דער שטאָט. למשל, ער דינט אויך אין דער פּאָליציי ווי אַ „טשאַפּלין‟, און צינדט אָן דאָס חנוכּה־לעמפּל פֿאַר דער גאַנצער שטאָט.
ווען מע טראַכט וועגן דעם שטאַט מיין און וווּ צו פֿאַרברענגען די וואַקאַציעס, האָט מען אין זינען, געוויינטלעך, דעם נאַציאָנאַלן פּאַרק אַקאַדיע; אַ ריזיקער פּאַרק מיט בערג, שיינע סטעזשקעס, און צענדליקער אָזערעס, וווּ מע שווימט און מע שיפֿלט זיך. ייִדן פֿון ניו־יאָרק, קאָנעטיקאָט און פּענסילווייניע האָבן אָנגעהויבן קויפֿן לאַנד און הײַזער אין מיין צו פֿאַרברענגען די זומערן מיט 40 יאָר צוריק. עטלעכע באַקאַנטע אונדזערע, ייִדן, שוין פּענסיאָנירטע, האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין פּאָרטלאַנד צו זײַן נאָענט צו זייער טאָכטער און אייניקלעך, אָבער נאָך פֿריִער האָבן זיי געקויפֿט אַ בײַדל לעבן אַ גרויסער אָזערע, און דאָרטן האָט מען פֿאַרבראַכט די זומערן. דערנאָך, האָט מען אויפֿגעבויט אַ „פּאַלאַץ” אויף אַ באַרג, וואָס קוקט אַראָפּ אויפֿן נאַציאָנאַלן פּאַרק. אַנדערע ייִדישע באַקאַנטע אונדזערע זענען געקומען אַהין צוליב פּרנסה. סעם קאָפּלאָן איז אַ לאַנדשאַפֿט־אַרכיטעקט און דער נאַציאָנאַלער פּאַרק־אינסטאַנץ גיט אים גרויסע פּראָיעקטן אויסצופֿירן אינעם פּאַרק.
אַמאָל איז מיין געווען בלויז די טעריטאָריע פֿון די אַמעריקאַנער „אַריסטאָקראַטיע” ווי די ראָקערפֿעלערס, אָבער הײַנט טרעפֿט מען אומעטום ייִדן, סײַ אויף וואַקאַציע, סײַ שטענדיקע אײַנוווינער, און מע קען זיי מקנא זײַן זייער לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.