העכער הונדערט מענטשן האָבן פֿאַרפּאַקט דעם צווייטן שטאָק פֿון „סאָלאַס‟, אַן אויסגעפּוצטער באַר אינעם „ווילעדזש‟, וווּ עס שפּילט כּסדר רעשיקע „היפּ־האָפּ‟־מוזיק. אין אַ ווינקל האָט מען אַוועקגעלייגט אַ שויס־קאָמפּיוטער, וואָס האָט געהאַלטן אין איין ווײַזן בילדער פֿון אַ ציכטיקן וועבזײַטל, וואָס דער עולם האָט באַקוקט און אַרומגערעדט. אַ פֿאַרבײַגייער, זעענדיק אַ שלל מיט יונגע מענטשן אין מאָדישע קליידער, וואָס הערן זיך צו צו עמעצן, וואָס לייענט פֿאָר אַ רעדע פֿון אַ „טאַבלעט‟־קאָמפּיוטער, וואָלט גרינג געקענט מיינען, אַז עס האַנדלט זיך וועגן אַ שׂימחה לכּבֿוד אַ נײַער „הײַטעק‟־פֿירמע. אַז ער וואָלט, אָבער, זיך בעסער צוגעהערט, וואָלט ער זיך דערוווּסט, אַז דער רעדער באַגריסט טאַקע די שטיצער און רעדאַקטאָרן פֿון אַ נײַעם אַקאַדעמישן זשורנאַל געווידמעט ייִדיש־שטודיעס.
דער אָוונט, אײַנגעאָרדנט דורכן זשורנאַל „אין געוועב‟, וואָס וועט אָפֿיציעל לאַנצירט ווערן דעם 17טן אויגוסט, האָט צוגעצויגן אַן אוניקאַל געמיש פֿון ייִדיש־סטודענטן, יונגע אַקאַדעמיקער, ייִדישיסטן, ייִדישע קינסטלער און סתּם געזעלשאַפֿטלעכע יונגע־לײַט, וואָס באַווײַזן זיך אויף אַלע „קילע‟ אונטערנעמונגען. דאָס איז געווען, בקיצור, ניט קיין טיפּישע אונטערנעמונג געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און האָט אין גאַנצן ניט געשמעקט מיט דער געוויינטלעכער פֿאָרמעלקייט פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט, מיט וואָס עס כאַראַקטעריזירט זיך כּמעט יעדע ייִדישיסטישע אונטערנעמונג. דער גײַסט, ווי דערמאָנט, איז געווען אַ סך נעענטער צו דער וועלט פֿון „הײַטעק‟־פֿירמעס איידער אַן אוניווערסיטעט. דאָס איז, אָבער, דווקא דער צוגאַנג פֿון „אין געוועב‟, וואָס טראָגט מיט זיך דעם ציל צו דינען סײַ ווי אַ פּרעסטיזשפֿולן אַקאַדעמישן זשורנאַל מיט פּרטימדיקע אַרטיקלען, וואָס ווערן קאָנטראָלירט און רעצענזירט דורך אַקאַדעמיקער, סײַ ווי אַ בלאָג, וואָס דעקט אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור אויף אַ פּאָפּולערן אופֿן דורך קורצע אַרטיקלען, נאָטיצן און „ליסטיקלס‟ (אַרטיקלען, וואָס באַשטייען פֿון ליסטעס), געצילט אויף אַ ברייטערן עולם.
„צוליב דעם דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט פֿונעם זשורנאַל און בלאָג זענען מיר זייער באַגײַסטערט מיט די מעגלעכקייטן צו דערגרייכן אַ נײַעם פּובליקום,‟ האָט דערקלערט ד״ר שאול זאַריט, דער צוקונפֿטדיקער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין „האַרוואַרד‟־אוניווערסיטעט, וואָס דינט ווי דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון „אין געוועב‟ צוזאַמען מיט ד״ר איתן קענסקי, וועלכער וועט באַלד אָנהייבן ווי דער „דירעקטאָר פֿאַר קאָלעקציע־איניציאַטיוון‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. בעת זייערע קורצע רעדעס האָבן די צוויי הויפּט־רעדאַקטאָרן באַטאָנט די וויכטיקייט פֿונעם זשורנאַל און דערקלערט, אַז זיי, צוזאַמען מיט די פֿאַרוואַלטונג־רעדאַקטאָרשעס (מינדל כּהן פֿון „בערקלי־אוניווערסיטעט‟, עמאַ מאָרגנשטערן פֿונעם „פּענסילוויינער אוניווערסיטעט‟ און ד׳׳ר שׂרה זאַראָ פֿונעם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟) האָבן שוין געאַרבעט אויפֿן פּראָיעקט העכער צוויי יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.