(די 2 טע זײַט פֿון 2)
ד׳׳ר זאַריט האָט בפֿירוש באַטאָנט די „פֿיל־דיציפּלינאַרישקייט‟ פֿונעם זשורנאַל, וואָס וועט מאָנען אַרטיקלען ניט בלויז בײַ געלערנטע, וואָס אַרבעטן אין די געביטן פֿון ייִדישע שטודיעס, גערמאַנישע שפּראַכן און אַנדערע נאָענט־פֿאַרבונדענע געביטן, נאָר אויך אַרטיקלען פֿון היסטאָריקער, סאָציאָלאָגן, קינסטלער, קונסט־קריטיקער, ליטעראַטור־פֿאָרשער און אַזוי ווײַטער.
ד׳׳ר דוד ראָסקעס, דער „עוועלין הענקינד פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור‟ בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ און דער „גײַסטיקער בעל־יועץ‟ פֿונעם זשורנאַל, האָט גערעדט פֿאַרן עולם אויף ייִדיש, באַטאָנענדיק די וויכטיקייט פֿונעם זשורנאַל ווי אַ נײַע היים פֿאַר ייִדיש־שטודיעס. ער האָט אויך באַדאַנקט די „נעמי־פֿונדאַציע‟, די הויפּט־שטיצערין פֿונעם זשורנאַל, וואָס האָט זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אים מיט יאָרן צוריק, כּדי צו געפֿינען פּאַסיקע קאַנדידאַטן צו שאַפֿן אַ נײַעם זשורנאַל. לינדסי באָדנער פֿון דער „נעמי־פֿונדאַציע‟, וואָס שטיצט אונטער פֿאַרשידענע פּראָיעקטן געווידמענט דער ייִדישער שפּראַך, כּדי צו באַערן דעם אָנדענק פֿון דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע נעמי פּראַווער־קאַדאַר, איז אויך געווען בײַ דער שׂימחה.
בעת אַן אומפֿאָרמעלן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט ד׳׳ר זאַריט דערקלערט, אַז דער זשורנאַל וועט זײַן אַנדערש פֿון ס׳רובֿ אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס צוליב דעם, וואָס עס וועט ניט האָבן קיין עכטע „נומערן‟. אַנשטאָט אַרויסצוגעבן אַ פֿולן נומער נאָך אַ געוויסער צײַט־אָפּשניט וועט מען אַרויסגעבן דרײַ נײַע „פּאָסטן‟ יעדע וואָך און דערבײַ צוציִען אַן עולם במשך פֿונעם יאָר, אין קעגנזאַץ צו ס׳רובֿ אַקאַדעמישע זשורנאַלן, וואָס דריקן זיך איין מאָל אין אַ יובֿל און דאַרפֿן דערפֿאַר צוזאַמענקלײַבן אַן עולם לייענער יעדעס מאָל פֿון דאָס נײַ.
ד׳׳ר זאַריט האָט צוגעגעבן, אַז דער זשורנאַל האָט גענוג מאַטעריאַל אַרויסצוגעבן אַ פּאָר זאַכן יעדע וואָך ביז נאָוועמבער. צוזאַמען מיט זײַן אומגעוויינטלעכן צײַטפּלאַן פֿון דערשײַנען אַרטיקלען, וועט „אין געוועב‟ אויך אָננעמען אַרטיקלען, איבערזעצונגען, בלאָג־פּאָסטן וכדומה במשך פֿון אַ גאַנץ יאָר און ניט נאָר צווישן באַגרענעצטע טערמינען ווי בײַ כּמעט אַלע אַקאַדעמישע זשורנאַלן. „מיר ווילן שטענדיק באַקומען וואָס מער מאַטעריאַל,‟ האָט ד׳׳ר זאַריט איבערגעגעבן.
נאָכן אָפּעסן די פּיראָגן און לאַטקעס פֿונעם פּאָפּולערן אוקראַיִנישן רעסטאָראַן „וועסעלקע‟ און געניסן זיך פֿונעם פּריוואַטן באַר־שענקער, וואָס דער זשורנאַל האָט באַשטעלט פֿאַרן עולם, האָט מען אַרומגערעדט דעם נײַעם זשורנאַל אויף אַ געמיש פֿון ענגליש, ייִדיש און העברעיִש. דער הויפּט־אויספֿיר צווישן די, מיט וועמען איך האָב גערעדט איז געווען, אַז דער זשורנאַל האָט זייער גוטע שאַנסן אַרײַנצוברענגען נײַע פֿאָרשער „אינעם געוועב‟ פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג און פֿאַראינטעריסירן דעם ברייטערן עולם אין דער טעמע. אויב מע קען אָננעמען די „לאַנציר־שׂימחה‟ ווי עפּעס אַ נבֿואה, וועט דער זשורנאַל יאָ האָבן אַ סך דערפֿאָלג, סײַ ווי אַן אַקאַדעמישן אַנשטאַלט, סײַ ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכן מיטל צוזאַמענצוברענגען מענטשן.
הלוואי וואָלטן אַלע ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס געקענט פֿאַרזאַמלען אין אַ באַר מער ווי הונדערט יונגע־לײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.