די „דאַיאַ‟ האָט זיך געװאָנדן צו דער אַמעריקאַנער רעגירונג דורך זייער אַמבאַסאַדע אין בוענאָס־אײַרעס מיט דער פֿראַגע, צי זייער אָפּמאַך מיט איראַן װעט נישט קאַליע מאַכן די אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין פֿון 1994.
דאָס אייגענע האָט דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן געפֿרעגט. די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט אָפֿיציעל געענטפֿערט, אַז בשום־אופֿן וועט זייער אָפּמאַך נישט שטערן, און אַז אַכמעד װאַהידי װעט נישט אַראָפּגענומען װערן פֿון די זוכענישן פֿון אינטערפּאָל. זי האָט אויך געפֿאָדערט בײַ דער אַרגענטינער רעגירונג זי זאָל, מיט אַלע מיטלען, פֿאַרשטאַרקן די אויספֿאָרשונגען, װאָס שלעפּן זיך שוין 21 יאָר און געפֿינען די שולדיקע פֿונעם אַטענטאַט.
די „דאַיאַ‟ האָט אויסגעדריקט איר צופֿרידנקייט פֿאַרן ענטפֿער, אָבער די רעגירונג האָט זיך נאָך דערװײַל נישט אַרויסגעזאָגט װעגן דעם ענין.
אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונגען פֿון די 90 יאָר פֿון דער גרינדונג פֿון דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים, האָבן די אַרגענטינער פֿרײַנד פֿון דעם אַנשטאַלט אָרגאַניזירט אַ לעקציע פֿון ד״ר גוסטאַװאָ פּערעדניק, לעקטאָר אין ירושלים, װעלכער האָט אַנאַליזירט דעם אַמעריקאַנער אָפּמאַך מיט איראַן, און זײַנע אויספֿירן זײַנען געװען אַז סײַ ישׂראל, לאַטײַן־אַמעריקע און, דער עיקר, אַרגענטינע, װעלן לײַדן פֿון אָט דעם אָפּמאַך.
די קהילה און „עמיחי‟ האָבן אָנגעהויבן דעם 3טן יולי „דור 6.0‟ — אַ נײַע פּראָגראַם פֿאַרן עלטערן דור. די ערשטע טעמעס װאָס מען װעט באַהאַנדלען זײַנען „דערציילן מעשׂיות‟, אַ פֿאָרעם פֿון דערציילן די געשיכטע פֿון יעדן איינעם, און אַזוי קענען איבערגעבן דעם ייִנגערן דור די איבערלעבונגען, װאָס װעלן באַרײַכערן די טראַדיציעס; „פֿילאָסאָפֿיע פֿאַרן עלטערן מוח‟, װי אַ װעג צו באַװעגן געדאַנקען, און „איבונגען פֿאַרן קערפּער און דער נשמה‟, מיט שפּאַצירן, גימנאַסטיק און צוגעפּאַסטע פֿאַרמעסטן. די באַטייליקונג האָט איבערגעשטיגן אַלע דערװאַרטונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.