די „העליקס”־פּראָגראַם האָט זיך געענדיקט שױן מיט עטלעכע װאָכן צוריק. נאָך דער געזעגענונגס־װעטשערע אין װילנע בין איך װײַטער אַרומגעפֿאָרן איבערן קאָנטינענט, און מאָנטיק האָב איך זיך, סוף־כּל־סוף, אומגעקערט קײן אַמעריקע. אָבער דװקא הײַנט, בשעת מיר מערקן אָפּ 63 יאָר נאָך דער עקזעקוציע איבער די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, װילט זיך מיר אָנשרײַבן אַ נאָכװאָרט צו מײַנע פֿריִערדיקע באַריכטן און פֿילמען װעגן דער נסיעה. אין דעם הײַנטיקן אַרטיקל װעל איך זיך דערמאָנען אין אײן אײנציקן מאָמענט, װאָס האָט פּאַסירט אין װיטעבסק. איך האָף אַז דער אַנעקדאָט װעט העלפֿן איבערצוגעבן די אידעאָלאָגיע פֿון „העליקס”, װי איך האָב זי פֿאַרשטאַנען.
אין װיטעבסק זענען מיר זיך צונױפֿגעקומען אינעם אַזױ גערופֿענעם „נצחון־פּלאַץ” אונטערן דענקמאָל לזכּרון די מענטשן, לאַװ־דװקא ייִדן, װאָס האָבן געליטן אין די יאָרן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. דאָרטן האָט דער דירעקטאָר פֿון ייִדישקײט, ראָבי אַדלער פּעקעראַר, געלערנט מיט אונדז דעם הימען פֿון דעם ייִדישן אַרבעטער־בונד, „די שבֿועה”, פֿונעם װיטעבסקער שרײַבער און עטנאָגראַף ש. אַנ־סקי. ביז דעמאָלט האָב איך זיך שױן גוט צוגעװױנט צום זינגען פּאָליטישע לידער זײער הױך, אױף ייִדיש, אין דעם געװעזענעם סאָװעטן־װײַסרוסלאַנד. אמת, איך האָב אַ ביסל מורא געהאַט פֿאַר די װײַסרוסישע פּאָליציאַנטן, װען מיר האָבן געזונגען דאָס ליד „הײ, הײ, דאָלױ פּאָליצײ” אינעם צענטראַלן פּלאַץ פֿון דער שטאָט מאָליעװ. (דאָס ליד קענט איר הערן אינעם דריטן פֿילם.), אָבער בײַם זינגען „די שבֿועה” אין װיטעבסק האָב איך זיך געפֿילט באַקװעם.
פֿאַר װאָס זשע װיל איך שרײַבן װעגן דער „שבֿועה”? װי איך האָב דערקלערט אין אַ פֿריִערדיקן באַריכט, איז דער פֿאָקוס פֿון דער „העליקס”־נסיעה נישט דער חורבן, נאָר די ייִדישע קולטור, װי זי האָט זיך אַנטװיקלט צװישן לעבעדיקע ייִדן אין משך פֿון לאַנגע יאָרהונדערטער. צו דעם האָב איך נישט געהאַט קײן טענות, װײַל איך בין דאָך אַ ייִדישער לינגװיסט מיט אַן אינטערעס צו דער רײַכער פֿאַרמלחמהדיקער געשיכטע.
װען מיר האָבן דערגרײכט די לעצטע סטראָפֿע פֿון דעם הימען („מיר שװערן אַ טרײַהײט אָן גרענעצן צום בונד…”), איז מיר געװאָרן אומבאַקװעם. איך האָב אָנגעהױבן צו טראַכטן װעגן דער הױפּט־אידעאָלאָגיע פֿון בונד, „דאָיִקײט”, דאָס הייסט, קעמפֿן פֿאַר ייִדישער אױטאָנאָמיע און סאָציאַלער גערעכטיקײט „דאָ”, אין מיזרח־אײראָפּע, אַנשטאָט צו גרינדן אַ ייִדישע מדינה ערגעץ אַנדערש. כּדי צו דערגרײכן אָט דעם אידעאַל, װאָלט מען זיך געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן אױף די נישט־ייִדישע שכנים, מיט װעלכע מע װאָלט געדאַרפֿט צוזאַמענאַרבעטן. די געשיכטע פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, מיט דער פֿאַרטיליקונג פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום, האָט אָבער דערװיזן, אַז די גױים זענען נישט געװען גרײט צו קאָאָפּערירן. איז װי אַזױ האָבן אַזױ פֿיל ייִדן געקענט גלײבן אין אַזאַ פּרינציפּ? די פֿראַגע האָט מיר זײער געשטערט.
נאָך דעם, װי מיר האָבן געזונגען דאָס ליד עטלעכע מאָל, האָט ראָבי געזאָגט דער גרופּע זײער אַ מאָדנע זאַך. איך װײס נישט, װיפֿל פֿון מײַנע מיטפֿאָרער האָבן אַפֿילו באַמערקט זײַן קאָמענטאַר, װײַל מיר זענען אַלע געװען אױסגעמאַטערט און הונגעריק נאָך דעם לאַנגן שפּאַציר צום דענקמאָל. ראָבי האָט געזאָגט (איך ציטיר נישט אַקוראַט זײַנע װערטער), אַז ס’איז לײַכט צו באַשולדיקן אַזעלכע אידעאָלאָגן, װאָס האָבן געגלײבט אין אַ צוקונפֿט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק אין מיזרח־אײראָפּע ממש ביזן אױסבראָך פֿון דער מלחמה, און אפֿשר אַפֿילו נאָך דעם אויך. װאָס פֿאַר אַן עקשנים װאָלטן דעמאָלט געלײענט די נײַעס און געמײנט, אַז ס’איז בעסער צו בלײַבן און קעמפֿן „דאָ” אײדער אַנטלױפֿן, למשל, קײן ארץ־ישׂראל? איך מוז מודה זײַן, אַז איך האָב אױך אַזױ געטראַכט, צום טײל, צוליב דער ציוניסטישער אידעאָלאָגיע פֿון דער העברעיִשער דערציִונג, װאָס איך האָב ייִנגלװײַז געקראָגן.
אָבער ראָבי מײנט און האָט דעמאָלט אױסגעדריקט, אַז דאָס איז אַ פֿאַלשער אױסטײַטש פֿון דער געשיכטע. דער פֿאַקט, װאָס אַזױ פֿיל פֿון די אָנהענגער פֿון „דאָיִקײט” זענען אומגעבראַכט געװאָרן, באַטײַט נאָר אײן זאַך: אַז זײ זענען אומגעבראַכט געװאָרן. זײער טױט מײנט נישט, אַז זײערע אידעאַלן זענען נישט געװען ריכטיק, נישט געװען װערט דאָס ראַנגלען זיך פֿאַר פּאָליטישע רעכט אין אײראָפּע. זײער טױט מײנט נישט, אַז די דאָיִקײט װאָלט נישט געקענט דערפֿירן צו אַ בעסערער צוקונפֿט פֿאַר ייִדן און נישט־ייִדן. זײער טױט איז נישט געװען קײן דירעקטער רעזולטאַט פֿון זײער אידעאָלאָגיע. ס’איז אַ גרױסער טעות, פֿון דער היסטאָרישער און אַװדאי מענטשלעכער פּערספּעקטיװ, צו מײנען, אַז די דערמאָרדעטע ייִדן זענען געװען שולדיק, װײַל זײערע פּאָליטישע אידעאַלן האָבן נישט געקענט מקוים װערן צוליב דער טראַגעדיע פֿונעם חורבן.
איך טראַכט שױן לאַנג װעגן ראָביס װערטער. איך האָב פֿון זײ פֿאַרשטאַנען, אַז מײַנע פּערזענלעכע פֿאָראורטלען קענען אַ מאָל ברענגען צו פֿאַלשע אױספֿירן װעגן דער געשיכטע. די הצלחה פֿון אַן אידעאָלאָגיע שאַצט מען אָפֿט מאָל אָפּ לױט די היסטאָרישע באַדינגונגען, װאָס האָבן גאָרנישט צו טאָן מיטן אינהאַלט פֿון דער אידעאָלאָגיע גופֿא. איך בין נישט געװאָרן קײן בונדיסט, און איך װײס נישט, צי איך גלײב אין דעם פּרינציפּ פֿון דאָיִקײט; אָבער איך פֿאַרשטײ איצט, אַז מע דאַרף זיך באַמיִען צו פֿאַרשטײן פּאָליטישע באַװעגונגען און אידעאָלאָגישע שטרעבונגען פֿון עטלעכע פּערספּעקטיװן, װײַל אָן דעם האָט מען זײער אַ באַגרענעצטן פֿאַרשטאַנד פֿון דער געשיכטע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.