שלום אַשס גרעסטער סקאַנדאַל

Sholem Asch’s biggest scandal


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 13, 2015, issue of September 04, 2015.

איך האָף, אַז אין אַ פּאָר חדשים אַרום וועט מען ניט פֿאַרגעסן אָפּצומערקן שלום אַשס 135סטן געבוירנטאָג. עס פֿאַרדריסט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע אַמעריקאַנער, און ניט נאָר אַמעריקאַנער, ייִדן, בפֿרט יונגע לײַט, האָבן קיין מאָל ניט געהערט דעם דאָזיקן נאָמען. איך האָב אַרײַנגעקוקט אין קאַטאַלאָגן פֿון עטלעכע ביבליאָטעקן, און זיי ווײַזן, אַז אין דעם לעצטן יאָרצענדליק זײַנען אַשס ביכער אַרויס איבערגעזעצט אויף רוסיש, דײַטש, רומעניש; אָבער ענגלישע אויסגאַבעס זעט מען כּמעט ניט. סײַדן, די רייד גייט וועגן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען מכּוח דעם שרײַבער, וואָס האָט בשעתּו דאָמינירט אויף דער ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט.

אַזאַ קונץ — צו פֿאַרשיטן זײַן נאָמען מיט שטויב — האָט מיט שלום אַשן אָפּגעטאָן די געשיכטע. שולדיק זײַנען אין דעם דאָזיקן עם־הארצות אי די לערנשולן, אי די זשורנאַליסטן. די צרה איז, אָבער, אַז איך בין ניט זיכער, צי אַלע הײַנטיקע ייִדישע לערער און זשורנאַליסטן האָבן אַן אַנונג, ווי ממשותדיק איז געווען שלום אַשס השפּעה אויפֿן ייִדישן לעבן, און ווי וויכטיק זײַנען געווען די סקאַנדאַלן אַרום זײַנע ווערק און זײַנע אַרויסזאָגונגען. וויכטיק, ווײַל זיי האָבן אַנטפּלעקט די אָנגעווייטיקטע פּראָבלעמען.

נאָך זײַענדיק גאָר אַ יונגער שרײַבער, האָט אַש זיך אַרויסגעזאָגט קעגן ברית־מילה. דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, אַרויסגערופֿן פּראָטעסטן. אמת, אין די 1960ער יאָרן האָט מען זײַנע ווערטער געלויבט אין אַ סאָוועטישער רעצענזיע ווי אַ באַווײַז פֿון אַשס פּראָגרעסיווקייט. אין די 1920ער יאָרן האָט ממש אַ טאַראַראַם געמאַכט אַן ענגליש־שפּראַכיקע אויפֿפֿירונג, אין ניו־יאָרק, פֿון זײַן פּיעסע „דער גאָט פֿון נקמה‟, ווײַל מע האָט געהאַלטן, אַז פֿאַר אַ לײַטישן עולם טאָר מען ניט שפּילן קיין ספּעקטאַקל וועגן אַ שאַנדהויז און לעסביאַנער ליבע. די ייִדישע פּרעסע האָט געזשומעט אויך וועגן אַשס נסיעה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד ווי אויך וועגן זײַן באַשלוס אָנצונעמען אַ פּוילישן אָרדן.

אָבער דעם גרעסטן סקאַנדאַל האָט מיט דרײַ־פֿערטל יאָרהונדערט צוריק געשאַפֿן זײַן בוך „דער מאַן פֿון נצרת‟, וואָס איז תּחילת אַרויס אויף ענגליש אונטערן טיטל The Nazarene. ווי אַ שטענדיקער — און דער סאַמע באַוווּסטער — שרײַבער פֿון „פֿאָרווערטס‟, האָט אַש, קודם־כּל, געבראַכט דעם כּתבֿ־יד אין דער רעדאַקציע. אָבער אַב. קאַהאַן, דער הויפּט־רעדאַקטאָר, האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דרוקן דעם „קריסטלעכן‟ ראָמאַן און איז געוואָרן אויסער זיך, ווען די ענגלישע איבערזעצונג איז זייער גוט אויפֿגענומען געוואָרן דורך די לייענער. די פּרעסע האָט מיטגעטיילט, אַז דאָס בוך, וואָס איז אַרויס סוף 1939, האָט שוין אין עטלעכע חדשים אַרום געפֿונען מער פֿון אַ פֿערטל מיליאָן קונים. דער האָנאָראַר האָט דערלויבט אַשן צו קויפֿן אַ הויז איז סטעמפֿאָרד, קאָנעטיקוט.