דער קװינטעט פֿון בלאָז־אינסטרומענטן פֿון דעם אָרקעסטער, װאָס דניאל באַרענבוים האָט געשאַפֿן מיט יונגע ישׂראַלדיקע און פּאַלעסטינער מוזיקערס, איז אויפֿגעטראָטן מיטװאָך, דעם 4טן אויגוסט, אויף די װעכנטלעכע קאָנצערטן װאָס קומען פֿאָר אין דער שיל פֿון דער ייִדישער קאָנגרעגאַציע, די עלטסטע אין בוענאָס־אײַרעס. דער דירעקטאָר פֿון דעם „מערבֿ־מיזרח־דיװאַן־אָרקעסטער‟ איז באַערט געװאָרן נאָכן קאָנצערט און עס איז אים פֿאַרטיילט געװאָרן די פּרעמיע „באַראָן הירש‟ פֿאַר זײַן אַרבעט לטובֿת דעם שלום. אין זײַן װאָרט האָט באַרענבוים אונטערגעשטראָכן, אַז ער איז נישט קיין גלייביקער, אַז אַלץ װאָס ער איז, האָט ער צו באַדאַנקען דער מוזיק, און אַז דורך דער מוזיק אַרבעטער פֿאַרן שלום. ער האָט אויך דערמאָנט זײַנע זיידע־באָבע, קאָלאָניסטן אין קאַרלאָס קאַסאַרעס, אַ קאָלאָניע פֿון באַראָן הירש אין דער פּראָװינץ בוענאָס-אײַרעס. אָט דער קאָנצערט איז איינער פֿון די דרײַ, װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די רעליגיעזע צענטערס. די אַנדערע צװיי זײַנען פֿאָרגעקומען אין איסלאַמישן צענטער און אין דער קאַטעדראַל. אויף די דרײַ האָבן זיך באַטייליקט הרבֿ שמעון מאָגילעװסקי, דער אַרציבישאָף פֿערנאַנדאָ זשיאַנעטי און דער דירקטאָר פֿון איסלאַמישן צענטער אַבדעלנאַבי עלפֿהעלנאַװי. דער לאָזונג פֿון די קאָנצערטן איז געװען „צוזאַמענלעבן‟.
ס׳איז אויך באַערט געװאָרן די אַרגענטינער װעלט־באַרימטע פּיאַניסטין מאַרטאַ אַרכעריטש, װי אַן אַמבאַסאַדאָרין פֿון דער אַרגענטינער קולטור. אין איר װאָרט האָט זי דערמאָנט איר ייִדישע מוטער, חנה העלער, אַ געבוירענע אין דער קאָלאָניע „קלאַראַ‟, װאָס דער באַראָן הירש האָט געשאַפֿן אין דער פּראָװינץ ענטרע ריִאָס.
אין קאָלאָניע אַװעזשאַנעדאַ, אַ שטעטל אין דער פּראָװינץ ענטרע ריִאָס, אַ 20 ק״מ פֿון דער הויפּטשטאָט פּאַראַנאַ, װוּ עס האָבן קיין מאָל נישט געװוינט קיין ייִדן, האָבן זיך באַװיזן אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן מיט דער נאַצישער טערמינאָלאָגיע פֿון די 1930ער און 1940ער יאָרן. לערערס פֿון אַלע פֿאָלק־ און מיטלשולן פֿון דער שטאָט האָבן געװידמעט ספּעציעלע לעקציעס װעגן חורבן װי אַ דערציִערישער מיטל, װאָס האָט געהאַט אַ שטאַרקן אָפּקלאַנג אין דער נאַציאָנאַלער מעדיאַ און פּרעסע.
עדגאַר װילדפֿעוער, 91 יאָר אַלט, דער איינציקער לעבן־געבליבענער נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אוישװיץ, װאָס לעבט אין דער פּראָװינץ קאָרדאָבאַ, האָט פּובליקירט זײַן בוך „יוסטיץ און נישט נקמה‟. ער איז דעמאָלט אַלט געװען 21 יאָר און האָט געװידמעט זײַן לעבן צו שמועסן מיט יוגנטלעכע פֿון שולן און אוניװערסיטעטן װעגן חורבן. אין זײַן װאָרט האָט ער אונטערגעשטראָכן, אַז זײַן לעבן נאָך דער באַפֿרײַונג איז אַזוי שװער װי אין לאַגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.