װאָס מיינט אַזוינס דער באַגריף „קולטור‟? און װאָס איז אַזוינס די ייִדישע קולטור? איז עס אַ „קול־תּורה‟, װי מען האָט עס אַ מאָל געװאָלט דעפֿינירן, און װאָס ביזן הײַנטיקן טאָג איז עס די פֿאָן פֿון אַ טייל פֿון אונדזער פֿאָלק?
דאָס װאָרט װערט כּסדר באַניצט אין אונדזערע טעג, אפֿשר צו פֿיל, ביז עס װערט שוין דערעסן, בפֿרט בשעת די זוכענישן פֿון דער מיסטעריעזער ייִדישער אידענטיטעט.
דאָ מישן זיך צונויף אַ סך אינגרעדיענטן: ייִדישע גאַסטראָנאָמיע, ישׂראלדיקע טענץ (ריקודים), פֿרוידס פּסיכאָאַנאַליז, אײַנשטיינס רעלאַטיוויטעט־טעאָריע, קאַרל מאַרקס’ „קאַפּיטאַל‟, װוּדי אַלענס פֿילמען, דער הומאָר פֿון די ברידער מאַרקס און אַפֿילו מאַרק צוקערבערגס „פּנים־בוך‟… װי זשע זאָל פֿון אָט דעם געמיש אַרויסקומען דאָס מאַגישע געטראַנק, װאָס װעט אונדז באַזאָרגן מיטן ברענשטאָף אָנצוגיין ווײַטער מיט דער רײַכער געשיכטע פֿון אונדזער טויזנט־יאָריק פֿאָלק?
פֿראַנץ קאַפֿקאַ דערציילט אין זײַן „דאָס שװײַגן פֿון די סירענעס‟: „כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן פֿון דעם געזאַנג פֿון די סירענעס, האָט אוליזעס פֿאַרדעקט זײַנע אויערן מיט װאַקס, און ער האָט זיך געלאָזט אײַנקייטלען צום מאַסטבוים פֿון דער שיף. און כאָטש די גאַנצע װעלט האָט געװוּסט, אַז דער מיטל טויג צו גאָרנישט, װאָלטן אַ סך שיפֿערס געקענט אַזוי טאָן, חוץ די, װעלכע האָבן זיך געפֿילט צוגעצויגן פֿון די סירענעס. דאָס געזאַנג פֿון די סירענעס האָט אַלעמען דורכגענומען, און די לײַדנשאַפֿט פֿון די פֿאַרכאַפּטע האָט געבראָכן די שטאַרקסטע קייטן און מאַסטביימער…‟
דער כּוח פֿון די סירענעס איז געלעגן אין זייערע שיינע, זיסע, מוזיקאַלישע שטימען, װאָס האָט פֿאַרכאַפּט די מאַטראָסן, װאָס פֿלעגן זיך אַרײַנוואַרפֿן אין ים אַרײַן. דער איינציקער װאָס איז בײַגעקומען דעם נסיון, איז געװען אוליזעס; אַפֿילו פּרצעס „מאָניש‟ האָט נישט באַװיזן גובֿר צו זײַן דאָס „קול באישה‟.
די סירענעס זײַנען אין תּוך די כּוחות, וועלכע פֿירן אַראָפּ דעם מענטש פֿונעם גלײַכן װעג, און אוליזעס סימבאָליזירט דעם װילן פֿונעם מענטשן אָנצוגיין מיט זײַן באַשערטן גורל און דער טרײַשאַפֿט צו זײַן ליבער פּענעלאָפּע.
דאָס געזאַנג פֿון די סירענעס שטעלט מיט זיך פֿאָר אין דער אַלטער מיטאָלאָגיע און אין דעם הײַנטצײַטיקן געדאַנק די פֿינצטערע מאַטעריעלע כּוחות, װאָס דורך אָפּנאַרערײַ און פֿאַטאַ־מאָרגאַנאַס פֿירן זיי אַראָפּ דעם מענטש פֿונעם גלײַכן װעג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.