אַ דערמאָנונג וועגן סטאַליניסטישע גזירות

A Reminder of Stalinist Repressions


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 21, 2015, issue of September 18, 2015.

די טעג האָב איך, זוכנדיק אין אינטערנעץ גאָר אַנדערע זאַכן, זיך אָנגעשטויסן אויף אַ רשימה רעפּרעסירטע תּושבֿים פֿון דער ייִדישער קאָלאָניע נײַ־זלאַטאָפּאָל, אין אוקראַיִנע, וווּ מײַנע עלטערן האָבן געוווינט ביז דער מלחמה. וועגן דער צײַט פֿון בלוטיקע סטאַליניסטישע „רייניקונגען‟, בפֿרט אין 1937 — דעם שרעקלעכסטן יאָר, האָב איך פֿון זיי ניט איין מאָל געהערט. איינער פֿון די רעפּרעסירטע, דוד גאָסטינסקי, האָט געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין מײַן לעבן.

בערך אין יאָר 1970 איז ער, „חבֿר גאָסטינסקי‟, ווי מײַנע עלטערן האָבן אים גערופֿן לויט זייער פֿאַרמלחמהדיקן שטייגער, געקומען קיין זאַפּאָראָזשע, וווּ מיר האָבן געוווינט. דאָס איז געווען זייער ערשטע באַגעגעניש זינט 1937, ווען גאָסטינסקין האָט מען אַרעסטירט. פֿון אים האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט אַ פּרטימדיקע געשיכטע פֿון אַן אומשולדיקן מענטשן, וואָס זײַן לעבן איז אין גאַנצן איבערגעקערט געוואָרן. געשען איז עס נאָר, ווײַל ער האָט אַרויסגערופֿן עפּעס אַ חשד, זײַענדיק אַ פּוילישער ייִד. ער האָט געגנבֿעט די פּויליש־סאָוועטישע גרענעץ, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער בויונג פֿון דער קאָמוניסטישער צוקונפֿט. צו אַזעלכע לײַט „פֿון יענער זײַט גרענעץ‟ פֿלעגט מען זיך תּמיד באַזונדערס צוקוקן.

אין מײַן לעבן האָט גאָסטינסקי איבערגעלאָזט אַ שפּור (און איך האָב שוין וועגן דעם אַ מאָל געשריבן) דורכן שיקן אונדז די וואַרשעווער ייִדישע צײַטונג „פֿאָלקס־שטימע‟. אַ דאַנק זײַנע אַמאָליקע פּוילישע פֿרײַנד, האָט ער עס באַקומען אין נאָוואָסיבירסק — דאָרטן, אין סיביר, האָט מען אים דערלויבן זיך צו באַזעצן נאָך דעם, ווי ער האָט געהאַט אָפּגעשמאַכט לאַנגע יאָרן אין די לאַגערן. אונדז פֿלעגט ער גלײַך איבערשיקן צו אַ צענדליק איבערגעלייענטע נומער; און מיך האָט דווקא אָט די צײַטונג צוגעוווינט צו לייענען אויף ייִדיש. זי איז מיר דעמאָלט געווען ניט צו פֿאַרגלײַכן אינטערעסאַנטער פֿון דעם מאָסקווער זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟.

מיר האָט זיך פֿאַרגעדענקט, אַז אַ תּירוץ צו באַשולדיקן גאָסטינסקין האָט מען געפֿונען אין זײַן „פֿאַרבינדונג‟ מיט אַ ייִדיש־דײַטשישן דאָקטער, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דעם דאָקטער האָט מען געשיקט אין נײַ־זלאַטאָפּאָל צו אַרבעטן אין שפּיטאָל, און די היגע פּאַרטיייִשע מנהיגים האָבן געבעטן גאָסטינסקין, וואָס האָט געקענט רעדן דײַטש, ער זאָל העלפֿן דעם פּליט. דער סוף איז געווען — אויף וויפֿל די געשיכטע האָט זיך אָפּגעלייגט אין מײַן זכּרון — אַז אַרעסטירט האָט מען ביידע. דעם דײַטשישן ייִד האָט מען באַשולדיקט ווי אַ דײַטשישן שפּיאָן, און גאָסטינסקין — ווי אַ בעלפֿער זײַנעם. איצט, אַ דאַנק דער אינטערנעץ־אינפֿאָרמאַציע, האָב איך באַקומען אַ באַווײַז, אַז קיין באָבע־מעשׂיות האָט מען מיר ניט דערציילט.