(די 2 טע זײַט פֿון 2)
דעם דאָקטער, יוליוס קראָמבאַך, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1900 אין בערלין, האָט מען טאַקע אַרעסטירט דעם 24סטן אויגוסט 1937. אין אַ וואָך אַרום, דעם 1טן סעפּטעמבער, איז געקומען דוד גאָסטינסקיס ריי צו ווערן פֿאַרשפּאַרט. הײַנט ווייס איך, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1905 אין לאָדז. פֿאַר דער אויסגעטראַכטער „פֿאַרבינדונג‟ האָט ער באַקומען צען יאָר לאַגערן. רעהאַביליטירט האָט מען אים אַזש אין צוואַנציק יאָר אַרום.
גאָסטינסקי און מײַן טאַטע האָבן פֿאַרענדיקט פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן, אין פֿאַרשיידענע שטעט — מאָסקווע און זשיטאָמיר, אָבער קיין נײַ־זלאַטאָפּאָל זײַנען זיי געקומען אַרבעטן ווי לערער אין דעם זעלבן יאָר 1931. קיין נאָענטע פֿרײַנד זײַנען זיי, דאַכט זיך, ניט געווען, אָבער אין דעם טאָג פֿון גאָסטינסקיס אַרעסט זײַנען זיי צופֿעליק געווען צוזאַמען. דער טאַטע האָט זיך צו יענער צײַט אַרויפֿגעאַרבעט און איז געוואָרן דער שעף פֿון די לערן־אַנשטאָלטן אין נײַ־זלאַטאָפּאָל און די אַרומיקע דערפֿער. האָט זיך גאָסטינקי געפֿונען אין זײַן ביוראָ צוליב עפּעס אַן ענין און, ווי זיי ביידע, גאָסטינקי און דער טאַטע האָבן זיך דערמאָנט, האָט זיך אין דער טיר פּלוצעם באַוויזן אַ מיליציאָנער (פּאָליציאַנט) און זייער העפֿלעך געזאָגט, אויף ייִדיש פֿאַרשטייט זיך: „חבֿר גאָסטינסקי, מע רופֿט אײַך אַהער אויף אַ מינוט‟. און שוין.
אין אַ געוויסן זין, איז גאָסטינסקי געווען אַ בר־מזל. אַזוי האָט ער געזאָגט דעמאָלט, ווען ער איז געווען בײַ אונדז צו גאַסט אין זאַפּאָראָזשע, בערך אין 1970. ס’רובֿ לאַגערניקעס האָבן דאָך ביז דער באַפֿרײַונג ניט דערלעבט. מע האָט פּשוט פֿיזיש ניט אויסגעהאַלטן די אוממענטשלעכע באַדינגונגען פֿון אַרבעטן אין די שאַכטעס (מינעס). אָבער גאָסטינסקין, אַ געבילדעטן מענטשן, האָט מען אונטער דער ערד ניט געשיקט; אים האָט מען אַוועקגעזעצט צו פֿירן בוכהאַלטערישע און אַנדערע פּאַפּירן, און דאָס האָט אים געראַטעוועט.
אַ סבֿרא, אַז איך וועל זיך קיין מאָל ניט דערוויסן, וואָס איז געוואָרן מיטן ייִדיש־דײַטשישן דאָקטער יוליוס קראָמבאַך. עס שטייט געשריבן, אַז אים האָט מען אין פֿעברואַר 1938 פֿאַרמישפּט צום „אַרויסשיקן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟, אַ פּנים — קיין דײַטשלאַנד. דאָס הייסט, אַז זײַן שאַנס צו בלײַבן לעבן איז געווען גאָר אַ נישטיקער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.