ייִדישיזם װי אַן אידעאָלאָגיע און געזעלשאַפֿטלעכע באַװעגונג, איז אַרױסגעװאַקסן פֿון די אידעיִשע זוכענישן בײַ דער ייִדישער אינטעליגענץ אין צװײ אימפּעריעס — דער רוסישער און דער עסטרײַך־אונגאַרישער. מען קאָן אַפֿילו טענהן, אַז אין תּוך איז דאָס אױך געװען אַ מין ייִדישער „אימפּעריאַליזם‟, אַן אוטאָפּישער חלום פֿון אױפֿבױען אַ טראַנס־נאַציאָנאַלע „ייִדישע מלוכה‟ אין גלות. און די פּראָבלעם מיטן דאָזיקן חלום איז געװען דװקא דאָס, װאָס אידעיִש איז ער פֿאַרבליבן שטעקן אין דער אימפּערישער תּקופֿה פֿון פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה.
דאָס נײַע בוך פֿון יהושע קאַרליפּ, „די טראַגעדיע פֿון אַ דור‟, איז אַ פֿאַרגלײַכיקע אינטעלעקטועלע ביאָגראַפֿיע פֿון דרײַ צענטראַלע פֿיגורן אין דער ייִדישיסטישער באַװעגונג: זעליג קלמנאָװיטש, אליהו טשעריקאָװער און ישׂראל עפֿרױקין. דערבײַ באַהאַנדלט דאָס בוך ניט דעם גאַנצן לעבנסװעג פֿון יעדן, נאָר בלױז צװײ שליסל־פּעריאָדן — דעם אָנהײב פֿון זײער טעטיקײט און די יאָרן פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה.
קלמנאָװיטש, טשעריקאָװער און עפֿרױקין האָבן געשטאַמט פֿון פֿאַרשידענע סבֿיבֿות און זײַנען געקומען צו ייִדיש מיט פֿאַרשידענע װעגן. אַזױ אָדער אַנדערש זײַנען זײ באַװירקט געװאָרן דורך דער מפּלה פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע פֿון 1905. די ביטערע דערפֿאַרונג פֿון פּאָגראָמען און דער פּאָליטישער רעאַקציע האָט דערװיזן, אַז ייִדן דאַרפֿן זיך פֿאַרלאָזן אױף אײגענע כּוחות און זוכן אײגענע װעגן אין דער צוקונפֿט. עס האָבן זיך באַװיזן קלענערע און גרעסערע פּאַרטײען און באַװעגונגען מיט פֿאַרשידענע פּראָגראַמען פֿאַר ייִדישן נאַציאָנאַלן אױפֿלעב, און דער שפּראַך–ענין האָט דערבײַ געשפּילט אַ היפּשע ראָלע.
קאַרליפּ אַנטפּלעקט די קאָמפּליצירטע און צומאָל פֿאַרפּלאָנטערטע אידעיִשע דרכים פֿון יעדן דענקער. אַזױ אָדער אַנדערש האָבן זײ אַלע פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע צוקונפֿט װי אַ מין נאַציאָנאַל־קולטורעלע אױטאָנאָמיע לױט דער סכעמע, װאָס מען האָט אַנטװיקלט אין עסטרײַך און רוסלאַנד. דערבײַ האָבן זײ געגלייבט, װי דאָס רובֿ מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע דענקער פֿון יענער צײַט, אַז די מלוכישע גרענעצן װעלן בלײַבן אָן שינויים, אָבער דער פּאָליטישער רעזשים װעט װערן מער דעמאָקראַטיש.
די אינערלעכע טרײַבקראַפֿט פֿון די דאָזיקע אידעיִשע זוכענישן סײַ אין דער ייִדישער און סײַ אין דער העברעיִשער קולטור איז געװען די שפּאַנונג צװישן דעם כּמו־רעליגיעזן גלױבן אין קולטור, װי אַ װעג צו גאולה און דעם אױסגעשפּראָכענעם װעלטלעכן מהות פֿון דער דאָזיקער קולטור. יונגע חסידים פֿון ייִדיש און העברעיִש אין אײראָפּע, אַמעריקע און ארץ־ישׂראל האָבן זיך מיט ברען גענומען בױען נײַע קולטורעלע אינסטיטוציעס און אַנטװיקלען ליטעראַטור, טעאַטער און דערציִונג אױף די ייִדישע שפּראַכן, װי אַ יסוד פֿאַרן נײַעם נאַציאָנאַלן קיִום.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.