(די 2 טע זײַט פֿון 2)
די ייִדישיסטישע באַװעגונג האָט דערגרײכט איר שפּיץ אין קיִעװ, בעת דער קורצער און שטורעמדיקער צײַט פֿון דער אומאָפּהענגיקער אוקראַיִנע צװישן 1917 און 1919. אױף אַ װײַלע איז קיִעװ געװאָרן אַ װעלטשטאָט פֿאַר ייִדיש, און אַ בולטע ראָלע האָבן דערבײַ געשפּילט די דרײַ העלדן פֿון קאַרליפּס בוך. אָבער מיט דעם אָנקומען פֿון די סאָװעטן אין 1919 איז געװאָרן קלאָר, אַז קײן אומאָפּהענגיקע ייִדישע קולטור װעט די נײַע דיקטאַטאָרישע מאַכט ניט דערלאָזן, און דאָס רובֿ ייִדישע כּלל־טוער און ליטעראַטן זײַנען אַװעק אין פֿאַרשידענע לענדער.
קלמנאָװיטש איז געװען דער אײנציקער, װאָס איז פֿאַרבליבן אין מיזרח–אײראָפּע; צוערשט, אין ליטע און לעטלאַנד, און זינט 1929 איז ער געװאָרן דער ראָש פֿון דער פֿילאָלאָגישער סעקציע אין „ייִװאָ‟, אין װילנע. טשעריקאָװער האָט געפֿונען זײַן שליחות װי אַ כראָניקער פֿון ייִדישע פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע און אַריבערגעפֿירט זײַן אַרכיװ קײן פּאַריז. עפֿרױקין איז געװאָרן אַ ייִדישער כּלל־טוער און געשעפֿטסמאַן אין בערלין און דערנאָך אין פּאַריז.
קאַרליפּ לאָזט אַדורך כּמעט צװאַנציק יאָר פֿון שלום, און מיר טרעפֿן אונדזערע העלדן װידער אין 1939, װען זײ באַטײליקן זיך אינעם נײַ־געגרינדעטן זשורנאַל „אױפֿן שײדװעג‟. דאָס איז געװען שױן דער סאַמע ערבֿ פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען עס איז קלאָר געװאָרן, אַז דער גאַנצער פּראָיעקט פֿון גלות־נאַציאָנאַליזם אין אײראָפּע האָט ניט קײן צוקונפֿט. קאַרליפּ באַשרײַבט די פּאָזיציע פֿונעם זשורנאַל װי „צוריק אין געטאָ‟, אַ ביטערע אַנטױשונג אין דער השׂכּלה און עמאַנציפּאַציע. די דאָזיקע קריטיק איז געװען פֿון אַ װעלטלעכן נאַציאָנאַליסטישן, ניט פֿון אַ רעליגיעזן שטאַנדפּונקט. נאָך אַ גרעסערער פּאַראַדאָקס איז געװען די האָפֿענונג, אַז די סכּנה פֿון נאַציזם קאָן העלפֿן צו פֿאַרשטאַרקן דעם ייִדישן כּלל־באַװוּסטזײַן.
די ראַדיקאַלע פּאָזיציע פֿון „אױפֿן שײדװעג‟ האָט גורם געװען קריטיק מצד שמעון דובנאָװ. ער האָט דערזען דאָ „שטימונגען פֿון ייִאוש און רעזיגנאַציע, הירהור־תּשובֿה און גאָט־זוכענישן‟ אינעם מאָמענט, װען מען דאַרף רופֿן צום קאַמף קעגן פֿאַשיזם און נאַציזם אױף אַלע פֿראָנטן. דובנאָװן האָט דערװידערט טשעריקאָװער: „אױפֿן שײדװעג שטײט איצט די גאַנצע װעלט, אַלטע געטער און גלױבנס װערן צעטראָטן, די דעמאָקראַטיע לעבט איבער אַ גײַסטיקן קריזיס‟. און דער קריזיס הײסט, האָט טשעריקאָװער ממשיך געװען, אַז מען דאַרף דװקא איצט מאַכן אַ חשבון–הנפֿש און פֿון דאָס נײַ קריטיש אָפּשאַצן די גאַנצע מאָדערנע תּקופֿה.
טשעריקאָװער און עפֿרױקין האָבן געהאַט אַ גוט מזל ניצול צו װערן פֿון פֿראַנקרײַך, אָבער קלמנאָװיטש איז פֿאַרבליבן אין װילנע. צו יענער צײַט איז ער געװען ביטער אַנטױשט אין דעם ייִדישיסטישן חלום. דאָס לעצטע װערק זײַנס, דאָס געטאָ־טאָגבוך, האָט ער אָנגעשריבן אױף העברעיִש. ספּעציעל שאַרף האָט ער קריטיקירט די סאָװעטישע ייִדישע קולטור, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ דירעקטן המשך פֿון דער השׂכּלה; דװקא דער סאָװעטישער שרײַבער דער נסתּר, װאָס האָט געקענט קלמנאָװיטשן פֿון די קיִעװער יאָרן, איז באַגײַסטערט געװאָרן דורך זײַן געשטאַלט און האָט גענוצט געװיסע פּרטים און מאָטיװן פֿון קלמנאָװיטשס ביאָגראַפֿיע אין דער דערצײלונג „מלך מאַגנוס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.