װי די װײַסרוסישע שפּראַך ווערט אויפֿגעלעבט

How The Belarusian Language is Being Revived

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 01, 2015, issue of September 18, 2015.
פּאַװעל קאָסטיוקעװיטשס בוך „די געזאַמלטע קאָמאַנדע פֿון רעפּובליק בעלאַרוס אין ניט–װיכטיקע מינים ספּאָרטן‟
פּאַװעל קאָסטיוקעװיטשס בוך „די געזאַמלטע קאָמאַנדע פֿון רעפּובליק בעלאַרוס אין ניט–װיכטיקע מינים ספּאָרטן‟

אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט יעדע נאַציאָנאַלע רעפּובליק געהאַט איר אײגענע נאַציאָנאַלע שפּראַך. דער ניװאָ פֿון די קענטענישן איז געװען פֿאַרשידן: אין אוזבעקיסטאַן אָדער עסטלאַנד, למשל, איז דאָס פֿאַר אַ סך מענטשן געװען זײער טאָג-טעגלעכע אומגאַנג־שפּראַך. אַ היפּשע צאָל מענטשן, באַזונדערס פֿרױען אין די דערפֿער, האָבן קױם געקענט רוסיש. װײַסרוסלאַנד, להיפּוך, איז געװען די סאַמע רוסיפֿיצירטע פֿון אַלע סאָװעטישע רעפּובליקן. װײַסרוסיש איז געװען אַן אָפֿיציעלע שפּראַך מיט אַלע פּישטשעװקעס: ליטעראַטור, טעאַטער, צײַטונגען וכדומה, אָבער אין די שטעט און שטעטלעך האָט מען גערעדט כּמעט אױסשליסלעך רוסיש.

נאָך 1991, װען װײַסרוסלאַנד איז געװאָרן אַן אומאָפּהענגיקע מדינה, האָט זיך די נאַציאָנאַל־געשטימטע װײַסרוסישע אינטעליגענץ גענומען אױפֿצולעבן און פֿאַרשפּרײטן װײַסרוסיש װי אַ שפּראַך פֿון דער נײַער, פּאָסט־סאָװעטישער קולטור. אָבער נאָכן קומען צו דער מאַכט אין 1994, האָט פּרעזידענט לוקאַשענקאָ באַטראַכט די דאָזיקע שטרעבונגען מיט אַ חשד, װײַל פּאָליטיש האָבן זיך די אָנהענגער פֿון װײַסרוסיש מער אָריענטירט אױף אײראָפּע, ניט אױף רוסלאַנד. אָבער לוקאַשענקאָ איז אַ פֿיפֿיקער און געניטער פּאָליטיקער, און איצט, ערבֿ די פּרעזידענטישע װאַלן, װאָס ער װעט בלי–ספֿק נאָך אַ מאָל געװינען, שפּילט ער װידער צו די נאַציאָנאַליסטן.

אין משך פֿון לוקאַשענקאָס לאַנג־יעריקער שליטה האָט זיך געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקער מצבֿ. װײַסרוסיש פֿאַרבלײַבט, בײַגלײַך מיט רוסיש, אַן אָפֿיציעלע מלוכישע שפּראַך. אױף װײַסרוסיש מאַכט מען אַנאָנסן אין מעטראָ און עראָפּלאַנען, אָבער רעדן רעדט מען אױף רוסיש אָדער אױף אַ געמישטן דיאַלעקט װאָס מען רופֿט „טראַסיאַנקע‟. װען מען הערט יאָ װײַסרוסיש צװישן יונגע לײַט אין אַ שטאָט, קאָן מען זײַן זיכער, אַז זײ געהערן צו דער אָפּאָזיציע. עס איז מסתּמא ניטאָ קײן אַנדער לאַנד, װוּ די אָפֿיציעלע מלוכישע שפּראַך זאָל זײַן אַזױ נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער פּאָליטישער אָפּאָזיציע צו דעם הערשנדיקן רעזשים.

װי אַזױ זשע פֿאַרשפּרײט מען די װײַסרוסישע שפּראַך צװישן דער רוסיש–רעדנדיקער באַפֿעלקערונג, און בפֿרט צװישן דער אינטעליגענץ? קודם־כּל, האָט מען עס געמאַכט נײַ־מאָדיש. װײַסרוסיש איז אַ סימן פֿון אָנגעהעריקײט צו דער מאָדערנער אײראָפּעיִשער שטאָטישער סבֿיבֿה. צװײטנס, שאַפֿט מען אַ נײַע קולטור, מיט ליטעראַטור, פּרעסע, טעלעװיזיע, ראַדיאָ, טעאַטער און מוזיק אױף װײַסרוסיש. אַ טײל פֿון די אַנשטאַלטן, אַזעלכע װי דער הומאַניטאַרער אוניװערסיטעט און די ראַדיאָ־סטאַנציע, געפֿינען זיך אין אױסלאַנד, אין פּױלן און ליטע, און זײַנען דערפֿאַר פֿרײַ פֿון דער צענזור. אין װילנע דרוקט מען אױך די װערק פֿון נײַע װײַסרוסישע מחברים.