ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

מיקאָלײַ גרינבערג
מיקאָלײַ גרינבערג

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published September 09, 2015, issue of October 02, 2015.

פֿאָטאָמאָנטאַזשן: וואַרשע אַמאָל און הײַנט

מיקאָלײַ גרינבערג איז אַ באַקאַנטער פֿאָטאָגראַף און שרײַבער. ער פֿירט אויך אָן מיט אַ פֿאָטאָגראַפֿיע־וואַרשטאַט בײַם ייִדישן צענטער אין וואַרשע. די וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין זײַן וואַרשטאַט האָבן געהאַט אַ טשיקאַוון פּראָיעקט: פֿאָטאָגראַפֿירן גאַסן און בנינים אין הײַנטיקן וואַרשע און פֿאַרגלײַכן זיי מיט די זעלבע ערטער אין דער פֿאַרמלחמהדיקער שטאָט.

מיט אַנדערע ווערטער, מען מאַכט אַ פֿאָטאָמאָנטאַזש פֿון צוויי בילדער. אויף איין בילד זעט מען אַ מאַן אָדער אַ פֿרוי, וואָס מאַכט אַ בילד פֿון אַ בנין. אויפֿן צווייטן בילד זעט מען ווי דער בנין אָדער די גאַס האָבן אויסגעזען, ווען די ייִדן האָבן דאָרטן געוווינט און געלעבט. זונטיק דעם 6טן סעפּטעמבער איז געווען די עפֿענונג פֿון דער קליינער, אָבער שיינער אויסשטעלונג פֿון די פֿאָטאָמאָנטאַזשן פֿון די וואַרשטאַט-אָנטיילנעמער. אין איינעם פֿון די שענסטע בילדער זעט מען אַ פֿאָטאָגראַף, וואָס מאַכט אַ בילד פֿון קינאָ-טעאַטער „פֿעמינאַ‟. אויף דער לינקער זײַט פֿונעם פֿאָטאָמאָנטאַזש זעט מען אַ ייִדיש ייִנגל פֿאַר דער מלחמה, וואָס שטייט פֿאַרגאַפֿט, און קוקט אויפֿן זעלבן קינאָ-טעאָטער.

די בילדער זענען אַזוי שטאַרק געפֿעלן געוואָרן דעם עולם, אַז עטלעכע צושויער האָבן בדעה זיי צו קויפֿן. דער ייִדישער צענטער האָט באַשלאָסן, אַז דער עולם קען טאַקע זיי קויפֿן פֿאַר גאַנצע פֿינף הונדערט זלאָטעס אַ בילד.

בוך אויף פּויליש וועגן „פֿאַלשן משיח‟ ווערט אַ בעסטסעלער

אָלגאַ טוקאַרטשוק האָט ערשט אַרויסגעגעבן אַ גיגאַנטיש בוך, וואָס הייסט „יעקבֿס ספֿרים‟. ווער איז דער יעקבֿ? יעקבֿ איז יעקבֿ פֿראַנק, דער פֿאַלשער משיח, וואָס האָט זיך צום סוף געשמדט, ער און זײַנע חסידים. ס’איז ממש וווּנדער איבער וווּנדער, אַז אַזאַ ריזיק בוך געפֿינט זיך די טעג אויף דער רשימה פֿון די בעסטסעלערס אין לאַנד. ס’איז מסתּמא נאָך אַ באַווײַז ווי טיף און שטאַרק איז דער אינטערעס פֿון די פּאָליאַקן צו זייערע אַמאָליקע ייִדישע לאַנדסלײַט.