(די 3 טע זײַט פֿון 3)
דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע האָט אַפֿילו לעצטנס צוגעגרייט ספּעציעלע, עבֿרית־רעדנדיקע גרופּע־פֿירער, זיי זאָלן פֿירן די ישׂראלדיקע טוריסטן. זיי האָבן אַ ספּעציעלן דיפּלאָם, און קענען גוט די אויסשטעלונג אין מוזיי. עס טרעפֿן זיך אָבער ישׂראלדיקע מדריכים, וואָס חכמהן זיך, כאַפּן אַרויס דעם מיקראָפֿאָן בײַם אָרטיקן וועגווײַזער און מאַכן שבת פֿאַר זיך.
נאָך אַ צרה. אָפֿט מאָל ווייסן זיי אַפֿילו נישט וואָס זיי רעדן; עם-ארצות, וואָס שייך פּוילן בכלל און דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן בפֿרט, הערט מען אָפֿט פֿון די ישׂראלדיקע מדריכים, ממש באָבע-מעשׂיות.
הכּלל, אין וואַרשע האָט מען אַ ביסל מורא פֿאַר די ישׂראלים. אַגבֿ, נישט נאָר פֿאַר די מדריכים. עס איז דאָ אַ פּראָבלעם מיט די ישׂראלדיקע טוריסטן גופֿא. פֿאַרשטייט זיך, אַז נישט מיט אַלע. עס זענען פֿאַראַן אַ סך סימפּאַטישע מענטשן. פֿון דעסטוועגן, דערציילן די פּוילישע רײַזע-פֿירער, אַז זיי האָבן דערפֿאַרונגען מיט די ישׂראלדיקע טוריסטן, וואָס ווילן נישט צאָלן זייערע פֿולע שׂכירות, צוליב כּל־המינים תּירוצים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.