האַלטן בכלל די לינק־געשטימטע אַמעריקאַנער ייִדן פֿון גרענעצן?

Has the American Jewish Left Lost All Sense of Boundaries?

אַמנאַ פֿאַרוקי, די מוסולמענישע פּרעזידענטין פֿון JStreet U
JStreet
אַמנאַ פֿאַרוקי, די מוסולמענישע פּרעזידענטין פֿון JStreet U

פֿון יורי יאַנאָווער (Forward)

Published September 10, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

דערקלערנדיק די אַרגומענטן פֿאַר מײַן חבֿרטע, האָב איך דערזען, אַז עס גייט איר נישט אָן וואָס פֿאַר אַ מין פּרעזידענט ריבֿלין וועט זײַן אין ישׂראל; איר האָט געאַרט זײַנע באַליידיקונגען קעגן די ייִדישע אַמעריקאַנער אינסטיטוציעס. נו, נו… דעם גאַנצן וועג קיין רעננה, האָבן מיר שוין ביידע געשוויגן, און זינט דעמאָלט אָן זענען מיר בכלל נישט אין פֿאַרבינדונג.

כאָטש איך בין אַ פֿרומער ייִד, האַלט איך זיך נישט פֿאַר העכער ווי די ייִדן פֿון אַנדערע רעליגיעזע גרופּעס, און גלייב נישט, אַז דער שולחן־ערוך איז דער איינציקער מיטל אָפּצוהיטן די מיצוות. אויב געוויסע ייִדן ווילן היטן די תּורה אויף זייער אייגענעם שטייגער, אַפֿילו אויב זיי פֿירן שבת אַן אויטאָ, זענען זיי בײַ מיר אויך תּורה־ייִדן.

פֿון דעסטוועגן, האָט עס מיך שטאַרק אַנטוישט, ווען איך האָב, דעם 31סטן אויגוסט, איבערגעלייענט, אַז די „דזשענעסיס פּריז־פֿונדאַציע‟ און אַ צווייטע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציע גרינדן אַן איניציאַטיוו לכּבֿוד מײַקל דאָגלאַס, כּדי צו פֿינאַנצירן אינאָוואַטיווע מיטלען ווי צוצוציִען געמישטע משפּחות צו דער ייִדישער קהילה.

די איניציאַטיוו וועט זאַמלען 3.3 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר דעם צוועק.

אַוודאי, איז דאָס אַ פֿײַנע איניציאַטיוו. מיר אַלע, רעכטע און לינקע, אָרטאָדאָקסן און נישט־אָרטאָדאָקסן, דאַרפֿן טאַקע אויסשטרעקן אַ האַנט צו די געמישטע משפּחות. אָבער פֿאַר וואָס ניצט מען מײַקל דאָגלאַס ווי אַ מוסטער? אין יוני 2014 האָט מײַקל דאָגלאַס און זײַן פֿרוי, קאַטערין זעטאַ דזשאָנס, טאַקע באַזוכט דאָס הייליקע לאַנד לכּבֿוד דער בר־מיצווה פֿון זייער עלטסטן זון, דילאַן מײַקל. קאַטערין זעטאַ דזשאָונס איז אָבער נישט קיין ייִדישע. הייסט עס, אַז על־פּי־דין זענען אירע קינדער אויך נישט קיין ייִדן. און נאָך מער: מײַקל דאָגלאַס, דער זון פֿון די אַקטיאָרן קירק דאָגלאַס און דײַאַנאַ דיל, איז אויך נישט קיין ייִד. מיט אַנדערע ווערטער, אַ סימפּאַטיש נישט־ייִדיש פּאָרפֿאָלר מיט זיסע נישט־ייִדישע קינדער זענען געקומען צום כּותל־מערבֿי… אָבער וואָס פּינקטלעך האָבן זיי געפּראַוועט?