האַלטן בכלל די לינק־געשטימטע אַמעריקאַנער ייִדן פֿון גרענעצן?

Has the American Jewish Left Lost All Sense of Boundaries?

אַמנאַ פֿאַרוקי, די מוסולמענישע פּרעזידענטין פֿון JStreet U
JStreet
אַמנאַ פֿאַרוקי, די מוסולמענישע פּרעזידענטין פֿון JStreet U

פֿון יורי יאַנאָווער (Forward)

Published September 10, 2015, issue of October 02, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

נישט זיי — דער דאָזיקער נישט־ייִד, וואָס זײַן פֿרוי איז אויך נישט קיין ייִדישע, נישט־ייִדישער פֿרוי — דאַרפֿן זײַן אַ מוסטער צו זאַמלען 3.3 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר ייִדישע צוועקן…

אָבער דאָס איז נישט אַלץ. מײַן צווייטע אַנטוישונג איז געווען איבער דעם וואָס J Street U — דער סטודענטן־אָפּטייל פֿון J Street — האָט אויסגעקליבן אַ מוסולמענישע פּאַקיסטאַנער אַמעריקאַנער מיידל, אַמנאַ פֿאַרוקי, פֿאַר זײַן פּרעזידענט. אמת, פֿאַרוקיס שטעלונג צו ישׂראל איז גאַנץ פּאָזיטיוו; זי זעט מיר אויס ווי אַ סימפּאַטישע, און הלוואי וואָלטן אַלע נישט־ייִדן אַרויסגעוויזן אַזוי פֿיל אינטערעס צו מײַן לאַנד און געשיכטע, ווי זי. איך פֿאַרשטיי אָבער נישט, פֿאַר וואָס דווקא זי איז דערוויילט געוואָרן ווי דער פּרעזידענט פֿון אַ ייִדישער אָרגאַניזאַציע?

האָב איך אויסגעזוכט די וועבזײַט פֿון J Street, און געלייענט, אַז די אָרגאַניזאַציע איז „די פּאָליטישע היים פֿאַר פּראָ־ישׂראלדיקע, פּראָ־שלומדיקע אַמערקיאַנער, וואָס ווילן, אַז ישׂראל זאָל זײַן אַ זיכער אָרט, אַ דעמאָקראַטישע און נאַציאָנאַלע היים פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.‟ הייסט עס, אַז J Street איז אפֿשר נישט קיין ייִדישע אָרגאַניזאַציע? דער אות J איז פֿאַרפֿירעריש, ווײַל עס גיט דעם אײַנדרוק, אַז עס מיינט „Jewish‟, אָבער אין דער אמתן, איז עס פּשוט אַ פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע פֿון סתּם אַמעריקאַנער.

איך בין נישט קיין עקסטרעמיסט, וועל איך נישט מאַכן קיין געוואַלד איבער דעם; כ׳וועל נישט פֿאַרברענען קיין פּאַלעסטינער הויז אָדער אויסהאַקן קיין פּאַלעסטינער איילבערט־בוים; פֿון דעסטוועגן, וועל איך איבערחזרן, אַז מײַקל דאָגלאַס איז נישט קיין ייִד, און J Street, וואָס האָט איצט אַמנאַ פֿאַרוקי ווי איר פּרעזידענט, איז בפֿירוש נישט קיין ייִדישע אָרגאַניזאַציע.