(די 2 טע זײַט פֿון 3)
עס באַקומט זיך, אַז אַ גאַנץ גרויסע צאָל ייִדן אין דער תּקופֿה פֿונעם צווייטן בית־המקדש האָט געשטאַמט, להיפּוך צו דער דערמאָנטער אַמעריקאַנער מיסיאָנערקע, פֿון אַבֿרהם אָבֿינוס ערשטן זון, ישמעאל. לויט דער טראַדיציאָנעלער מסורה איז ער געווען דער אורפֿאָטער פֿון די אַראַבער. צו מערסטן איז באַקאַנט צווישן די פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער גרופּע דער ייִדישער מלך הורדוס, וועלכער האָט היפּש פֿאַרברייטערט דעם בית־המיקדש, אָבער געהאַט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ פּאַראַנאָיִשן טיראַן. זײַן מאַמע האָט געשטאַמט פֿון אַן אַריסטאָקראַטישן אַראַבישן קלאַן, וועלכער האָט זיך מגייר געווען, און דער טאַטע — פֿון די אדומים, אַן אַנדער אוראַלט פֿאָלק, וואָס די חשמונאָים האָבן אויך בגוואַלד פֿאַרייִדישט.
אין דער קריסטלעכער געשיכטע איז הורדוס באַקאַנט ווי דער שרעקלעכער רוצח, וועלכער האָט אויסגעהרגעט די נײַ־געבוירענע ייִנגלעך אין בית־לחם, ווען ער האָט געהערט, אַז יעזוס איז דאָרטן געבוירן געוואָרן. צוליב זײַן פֿרעמדן אָפּשטאַם, האָט ער מורא געהאַט, אַז אַ קינד פֿון דוד־המלכס גזע קאָן בײַ אים איבערנעמען דעם טראָן. דער דאָזיקער מלך איז אָבער ניפֿטר געוואָרן מיט דרײַ יאָר פֿאַר דער קריסטלעכער צײַט־רעכענונג, דערפֿאַר לייגט זיך די מעשׂה נישט אויפֿן שׂכל. אַזוי צי אַזוי, זענען די חז״ל מסכּים, אַז הורדוס איז געווען אַ געפֿערלעכער אַכזר, וועלכער האָט אויסגעשאָכטן אַ סך אומשולדיקע ייִדישע חכמים צוליב זײַן פּאַראַנאָיע.
צוליב זײַן פּאַראַנאָיע, האָט הורדוס אומגעבראַכט זײַן אייגענע מלכּה, מרים; אין דער גרמא שטייט געשריבן, אַז ער האָט אַרײַנגעלייגט דעם גוף פֿון זײַן „באַליבטער‟ פֿרוי אין האָניק און געהאַלטן עס באַלזאַמירט אין זײַן פּאַלאַץ במשך פֿון זיבן יאָר. פֿון דער צווייטער זײַט, צוליב דער זעלבער פּאַראַנאָיע, האָט הורדוס זיך אַלעמאָל געזאָרגט וועגן דעם זיכערהייט־מצבֿ פֿון זײַן מלכות און אויסגעבויט די באַרימטע פֿעסטונג מצדה און דעם מעכטיקן פֿעסטונג־פּאַלאַץ הרדיון. ער האָט אויך גערינדעט די שטאָט קיסריה און געשאַפֿן דאָרטן אַ וויכטיקן ים־פּאָרט. צום מערסטן, איז ער אָבער באַקאַנט צוליב דעם ריזיקן איבערבוי פֿונעם בית־המיקדש, וועלכן ער האָט אויסגעפּוצט און שטאַרק פֿאַרברייטערט.
די פּאַראַנאָיִשע און גיגאַנטאָמאַנישע אויפֿפֿירונג פֿונעם מלך הורדוס האָט געהאַט צו טאָן מיט זײַן אָפּשטאַם. ער האָט מורא געהאַט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די חשמונאָים, באַטראַכטן אים די מיוחסדיקע ייִדן פֿאַר אַ פֿרעמדן. די חשמונאָים אַליין, זײַענדיק כּהנים, זענען אויך געווען פֿרעמדע אוזורפּאַטאָרן פֿונעם טראָן, וועלכער האָט פֿריִער געהערט צום מלוכות־בית־דוד. עס קאָן זײַן, אַז זייער מיליטאַנטישע מיסיאָנערישע טעטיקייט האָט געשטאַמט פֿונעם זעלבן שורש. זיי האָבן זיך געפֿילט אומבאַקוועם און געוואָלט ווײַזן, אַז זיי זענען מער געטרײַ צו דער ייִדישקייט, ווי דוד־המלך אַליין.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.