(די 3 טע זײַט פֿון 3)
צווישן די מגילות־ים־המלח זענען אָפּגעהיט געוואָרן אַ טוץ טעקסטן אויף נבֿטיש — אַן אייגנאַרטיקער אַראַמישער דיאַלעקט. ס׳זעט אויס, אַז רעדן האָבן זיי גערעדט צווישן זיך אויף אַראַביש, אָבער געשריבן, אַזוי ווי אַ סך אַנדערע תּושבֿים פֿונעם ראַיאָן, אויף דער ליטעראַרישער שפּראַך פֿון יענער תּקופֿה — אַראַמיש. שפּעטער, אינעם 5טן יאָרהונדערט, האָט זיך די נבֿטישע שריפֿט פֿאַרוואַנדלט אינעם הײַנטיקן אַראַבישן אַלף־בית. ווען מע קוקט אויף די אוראַלטע קומראַנער מגילות, קאָן מען באַמערקן ענלעכקייטן אי צו די ייִדישע, אי צו די אַראַבישע אותיות.
אינעם 10טן יאָרהונדערט, האָט דער אַראַבישער וויסנשאַפֿטלער איבן־וואַכשיִאַ איבערגעזעצט פֿון נבֿטיש אַ וויכטיקן אוצר פֿון אַגראָמאָנישע חכמות און גײַסטיקע טראַדיציעס. איבן־וואַכשיִאַ אַסאָציִיִרט די נבֿטים מיט די „צאַבאַ‟ — אַ מיסטעריעזע רעליגיעזע גרופּע, וואָס ווערט דערמאָנט אינעם קאָראַן. דער רמב״ם אינעם דריטן טייל פֿון זײַן „מורה נבֿוכים‟, און רבי יהודה הלוי אין זײַן „ספֿר הכּוזרי‟, דערמאָנען כּסדר די דאָזיקע גרופּע.
עס קאָן זײַן, אַז צוליב דעם אינטענסיוון קאָנטאַקט מיט די ייִדן, האָבן אַ טייל נבֿטים, אַנשטאָט זיך מגייר צו זײַן, אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקע רעליגיעזע סיסטעם. אַ טייל פֿאָרשער זענען זיך משער, אַז די יעזידן און אַנדערע קורדישע גרופּעס, וואָס ווערן הײַנט גערודפֿט דורך די מיליטאַנטישע איסלאַמיסטן, זענען היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט די אַלטע נבֿטישע טראַדיציעס.
אין יאָרדאַניע געפֿינען זיך אויך אַ ריי היסטאָרישע ערטער, וואָס האָבן אַ דירעקט שײַכות צום תּנ״ך, אַרײַנגערעכנט דאָס לעגענדאַרע אָרט, וווּ משה רבינו האָט געעפֿנט אַ וואַסער־קוואַל מיט אַ קלאַפּ פֿון זײַן שטעקן אין אַ פֿעלדז, און דעם באַרג נבֿו, וווּ ער איז ניפֿטר געוואָרן. לויט אַ באַקאַנטער מסורה, איז אַהרן הכּהן אויך באַערדיקט אין יאָרדאַניע, אויף אַ באַרג נישט ווײַט פֿון פּעטרע; די מוסולמענער האַלטן זײַן לעגענדאַרן קבֿר פֿאַר אַ הייליק אָרט.
אינטערעסאַנט, אַז אין דער געשיכטע פֿונעם דאָזיקן לאַנד האָבן די אַראַבישע און ייִדישע וואָרצלען זיך אויסגעמישט און צונויפֿגעפֿלאָכטן אויף אַ חידושדיקן אופֿן, וואָס ברעכט די סטערעאָטיפּן פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק. ווייניק מענטשן פֿאַרטראַכטן זיך, מסתּמא, אַז דער לעצטער גרויסער ייִדישער מלך האָט געשטאַמט פֿון די דאָרטיקע אַראַבער, און אַז אַ טייל פֿון זיי האָט זיך באַטייליקט אין בר־כּוכבאס העלדישן, אָבער טראַגיש דורכגעפֿאַלענעם אויפֿשטאַנד קעגן די רוימער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.