אַ רפֿואה פֿאַר מײַנע ערבֿ־שבתדיקע אַנגסטן

Curing My Pre-Shabbos Anxieties

Yehuda Blum

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 04, 2015, issue of October 30, 2015.

דער שבת קודש איז בײַ ייִדן טאַקע אַ טאָג פֿון רו און מנוחה, אָבער די צוויי טעג פֿאַר שבת — זיכער נישט…

אַ סך ייִדישע פֿרויען וועלן אײַך זאָגן, אַז ס׳רובֿ פֿונעם עול פֿון קאָכן לכּבֿוד שבת פֿאַלט אויף זייערע פּלייצעס, אַפֿילו ווען זיי אַרבעטן, פּונקט ווי זייערע מענער, פֿינף טעג אַ וואָך. מילא, איך האָב דווקא ליב צו קאָכן, באַקלאָג איך זיך נישט. און אַוודאי, ווען איך וואָלט געקאָכט בלויז פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן און זון, וואָלט געווען נישט־געפֿערלעך.

איך האָב אָבער ליב אויפֿצונעמען געסט אויף שבת־מיטאָג. און ווען די געסט באַשטייען פֿון משפּחות מיט קינדער, טרעפֿט אָפֿט, אַז איך קאָך פֿאַר 8־10 מענטשן. אַנדערע וועלן מיינען, אַז איך בין חסר־דעה זיך אונטערצונעמען אַזאַ האָרעוואַניע, אָבער דאָס פֿאַרברענגען מיט קרובֿים און פֿרײַנד בײַם שבתדיקן טיש איז בײַ מיר אַזאַ פֿאַרגעניגן, אַז איך נעם די טירחה אָן באהבֿה.

דער חסרון איז אָבער, אַז יעדער אָוונט מיטוואָך און דאָנערשטיק ווערט אין גאַנצן פֿאַרנומען מיט קאָכן און באַקן. און צוליב דעם וואָס נאָכן קאָכן און באַקן בלײַבט אַ גאַנצער באַלאַגאַן אין קיך, הייבט זיך אָן אַ קריגערײַ אין שטוב, ווער וועט עס אַלץ אויפֿראַמען. די אַמפּערנישן ווערן אַ מאָל אַזוי צעהיצט, אַז די ערבֿ־שבתדיקע שטימונג ווערט אַן אָנגעברוגזטע.

הערט אָבער אַ מעשׂה, וואָס האָט מיט מיר געטראָפֿן, און ווי אַזוי דאָס האָט, סוף־כּל־סוף, אַרײַנגעבראַכט אַ פֿרידלעכע אַטמאָספֿער אין שטוב.

מיט עטלעכע חדשים צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם ייִדישן קהילה־צענטער אין מײַן געגנט. צוליב דעם וואָס איך און מײַן משפּחה זענען דאָרט אַקטיווע מיטגלידער — מיר ניצן כּמעט טאָג־טעגלעך דעם גימנאַסטיק־זאַל און שווימבאַסיין, און מיר גייען צו די פּרעכטיקע טעאַטראַלישע פֿאָרשטעלונגען, וואָס מע פֿירט דאָרט דורך — האָב איך באַשלאָסן, אַז ס׳איז געקומען די צײַט, איך זאָל דער אינסטיטוציע באַדאַנקען מיט אַ מתּנה.

אינעם אָוונט פֿונעם בענעפֿיט זענען געווען עטלעכע אופֿנים ווי אַזוי מע קען געבן אַ בײַשטײַער, און איין אופֿן איז געווען זיך צו באַטייליקן אין אַ „שווײַגנדיקער ליציטאַציע‟. אַנשטאָט אַז דער ליציטאַטאָר זאָל אויסשרײַען די סומעס, וואָס מענטשן באָטן אָן, טוט מען עס אַלץ שטילערהייט.

איך האָב געגעבן דער קאַסירערין מײַן בײַשטײַער פֿאַרן קהילה-צענטער, און באַקומען דערפֿאַר שפּילגעלט, וואָס רעפּרעזענטירט די סומע פֿון מײַן מתּנה.

די קאַסירערין האָט מיר געהייסן אָנשרײַבן מײַן נאָמען אויף יעדן „באַנקנאָט‟, גיין פֿון טיש צו טיש, און אַרײַנלייגן מײַנע באַנקנאָטן אין די קעסטלעך, וואָס מעלדן אַ סחורה, וואָס געפֿעלט מיר. אויף איין טיש איז געשטאַנען אַ שילד: „הויט־פּראָדוקטן פֿונעם ים־המלח‟; אויף אַ צווייטן: „אַן עקסקורסיע פֿאַר פֿיר מענטשן אין בראָנקסער זאָאָלאָגישן גאָרטן,‟ אאַז״וו.

הכּלל, איך בין געגאַנגען פֿון טיש צו טיש, אָבער גאָרנישט געפֿונען, וואָס זאָל מיך פֿאַראינטערעסירן. פּלוצלינג האָב איך דערזען עפּעס גאָר אַנדערשס: „אַ קולינאַר וועט קומען צו אײַך אַהיים און צוגרייטן אַ פֿײַנשמעקערישן מאָלצײַט פֿאַר אײַער משפּחה‟.