(די 2 טע זײַט פֿון 2)
כ׳האָב שיִער נישט אונטערגעשפּרונגען פֿאַר פֿרייד. כאָטש איך בין אַליין אַ נשקשהדיקע קעכין, האָב איך תּמיד געחלומט ווי שיין ס׳וואָלט געווען, ווען אַ פּראָפֿעסיאָנעלער קאָכער גרייט מיר צו פּונקט אַזאַ מאָלצײַט, וואָס איך וויל. וויסנדיק אָבער, אַז אַנדערע וועלן זיך אויך קוואַפּען נאָך אַזאַ לוקסוס, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז איך טאָר נישט זשאַלעווען, און וועל מוזן אָנבאָטן אַ הויכע סומע. האָב איך אַלע מײַנע „באַנקנאָטן‟ אַרײַנגעקוועטשט דורכן שפּאַלט פֿון קעסטל, און שטילערהייט געטאָן אַ תּפֿילה.
דעם צווייטן אינדערפֿרי האָט מען מיר אָנגעקלונגען פֿונעם קהילה־צענטער מיט דער גוטער בשׂורה: כ׳האָב געוווּנען דעם „קיניגלעכן‟ מאָלצײַט! די טעלעפֿאָניסטקע האָט מיר געגעבן דעם בליצפּאָסט־אַדרעס פֿונעם קולינאַר — אַ ייִדישע פֿרוי, אַ ליוועראַנט, מיטן נאָמען לאָראַ. כאָטש זי אַליין האָט נישט קיין כּשרע קיך — האָט זי מיר דערקלערט — ווייסט זי די תּקנות פֿון כּשרות. האָבן מיר תּיכּף אָנגעהויבן פּלאַנירן דעם מעניו פֿאַרן מאָלצײַט, וואָס איך האָב באַשלאָסן זאָל זײַן אַ מילכיקער.
לאָראַ האָט מיר געשיקט אַ רשימה פֿון 18 ראַפֿינירטע פּאָטראַוועס און מיך געבעטן אויסקלײַבן דרײַ. צווישן די ברירות: געבראָטענע פֿלאָנדערקע מיט זענעפֿט און קראָפּ; לינדזן מיט קנאָבל, ציבעלע און מערן; קאַליפֿיאָר מיט טחינה־סאָוס; געבראָטענער פּאַטלעזשאַן מיט זאַפֿרען־יאָגורט… כ׳האָב זיך געהאַלטן אַן עצה מיט מײַנע דרײַ זין און מײַן שנור, וועמען איך האָב פֿאַרבעטן צו דער וועטשערע, און צום סוף, האָב איך איבערגעגעבן לאָראַ מײַנע דרײַ פּרעפֿערענצן. זי האָט מיר געשיקט אַ רשימה פֿון אַלע אינגרעדיענטן, איך האָב אַלץ אײַנגעקויפֿט און געוואַרט אומגעדולדיק אויפֿן באַשטימטן טאָג.
מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער איז לאָראַ שוין געשטאַנען אין מײַן קיך און זיך גענומען צו דער אַרבעט. בשעת זי האָט געשניטן די גרינסן, געמאַכט אַן אײַנברען אין דער פּאַטעלניע און געהאַלטן אַן אויג אויף די בראָטנדיקע גרינסן אין אויוון, האָבן מיר געשמועסט וועגן אונדזערע קינדער, אונדזערע שטעלעס און אונדזער בשותּפֿותדיקער איבערגעגעבנקייט צום צוגרייטן געזונטע, געשמאַקע מאכלים. מיט צוויי שעה שפּעטער איז מײַן משפּחה אָנגעקומען; לאָראַ איז אַהיימגעפֿאָרן און מיר האָבן זיך געזעצט צום טיש.
דער מאָלצײַט איז געווען טעם גן־עדן… נאָך מער אײַנגענעם איז געווען דער פֿאַקט, וואָס איך האָב עס בכלל נישט געדאַרפֿט צוגרייטן! האָב איך שוין אָנגעהויבן חלומען, ווי שיין ס׳וואָלט געווען, ווען לאָראַ וואָלט געקומען צו מיר יעדן ערבֿ־שבת, און געמאַכט פֿאַר אונדז אַ שבתדיקן מאָלצײַט, כּדי איך זאָל יעדן פֿרײַטיק נאָכמיטאָג נישט אַרומלויפֿן ווי אַ האָן אָן אַ קאָפּ. אוי, הלוואי וואָלט איך זיך דאָס געקענט פֿאַרגינען!
דעם צווייטן אינדערפֿרי האָב איך באַדאַנקט לאָראַ פֿאַרן פּרעכטיקן מאָלצײַט, און אויף טשיקאַוועס זי געפֿרעגט, וויפֿל זי וואָלט גערעכנט, ווען זי וואָלט געקומען צו אונדז אויף צוויי שעה יעדן ערבֿ־שבת און צוגעגרייט אַזאַ מאָלצײַט? ווען זי האָט מיר געגעבן דעם פּרײַז, בין איך געבליבן געפּלעפֿט; ס׳איז דווקא געווען אַ סך נידעריקער, ווי איך האָב געמיינט! אייגנטלעך, בלויז אַ ביסל העכער ווי ס׳וואָלט מיר געקאָסט, ווען איך באַשטעל דאָס עסן בײַם אָרטיקן „דעלי‟.
דעם צווייטן פֿרײַטיק איז לאָראַ שוין ווידער געשטאַנען בײַ מיר אין קיך, און דאָס מאָל — צוגעגרייט אַ פֿליישיקן מעניו: מאַראָקאַנער הינדל מיט לימענע און מאַסלינעס; קאַליפֿיאָר־קוגל באַדעקט מיט מאַנדל־קרישקעס און געווירצן, און געבראָטענער קאַבאַק מיט ציבעלע. מײַן משפּחה און די געסט האָבן זיך געלעקט די פֿינגער.
זינט דעמאָלט אָן קומט לאָראַ צו אונדז יעדן ערבֿ־שבת און ־יום־טובֿ, און אין שטוב איז איצט אַ סך רויִקער און מער אײַנגענעם. אַ מאָל פֿיל איך זיך אַ ביסל שולדיק, וואָס איך גיב אויס געלט פֿאַר אַ זאַך, וואָס איך קען אַליין טאָן. אָבער דערנאָך קלער איך אַזוי: אַנדערע פֿרויען גיבן אויס זייער געלט אויף לוקסוס־קרוזן און שפּאָגל־נײַע אויטאָס. איך פֿאָר אָבער נישט אויף קיין קרוזן, און די אויטאָס, וואָס איך קויף, זענען תּמיד פֿון דער צווייטער האַנט. אָבער אַ רויִקע שטימונג ערבֿ־שבת, ווען איך און מײַן מאַן קענען זיך וואַרעם באַגריסן נאָך דער אַרבעט און מיט אַ גרינג געמיט אַרײַנברענגען די שבת־מלכּה — דאָס אַליין איז ווערט דאָס גאַנצע געלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.