„טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟: אַ גרויסער דערפֿאָלג

Death of a Salesman: A Great Success

אַבֿי האָפֿמאַן אין דער ראָלע פֿון דעם סוחר ווילי לאָמאַן
Ronald L. Glassman
אַבֿי האָפֿמאַן אין דער ראָלע פֿון דעם סוחר ווילי לאָמאַן

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 14, 2015, issue of October 30, 2015.

אין אַ סצענע פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, געשפּילט דורכן „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟, שטייט דער נעבעכדיקער סוחר ווילי לאָמאַן (אַבֿי האָפֿמאַן), אומבאַהאָלפֿן נאָכן אַמפּערן זיך מיט זײַנע זין. בעת זײַן פֿרוי לינדאַ (סוזען טאָרען) נעמט אים אַרום און טרייסט אים, זינגט זי זיך שטיל צו די מעלאָדיע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟. דער דאָזיקער אויסגעצייכנטער איראָנישער קנייטש בינדט צונויף דעם וויכטיקן מאָמענט אין דער שפּיל ניט בלויז מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר עס דינט אויך ווי אַ ביטערער פּירוש אויף דער ייִדישער באַציִונג צום אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטישן חלום.

ווילי לאָמאַן איז טאַקע אויסגעוואַקסן צו זײַן אַ קאָמיוואָיאַזשאָר, אַ סחור, ווי עס חלומט די מאַמע בײַם „ייִדעלעס וויגעלע‟. אַנשטאָט אָבער „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ האַנדלט ער מיט זאָקן; און אַנשטאָט צו „פֿאַרדינען פֿיל געלט‟ דערוויסט זיך לאָמאַן, נאָך 36 יאָר פֿון אַרומפֿאָרן איבער גאַנץ אַמעריקע צו פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה פֿאַר דער זעלביקער פֿירמע, אַז זײַן טויט (צוליב זײַן פֿאַרזיכערונג) איז ווערט מער ווי זײַן לעבן.

אין דער אָריגינעלער פּיעסע האָט ווילי לאָמאַן געדאַרפֿט דינען ווי אַ סימבאָל פֿאַר מיליאָנען אַמעריקאַנער, וואָס ניט געקוקט אויף זייער מי און האָרעוואַניע, פּרובירנדיק זיך אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן פֿינאַנציעלן לייטער, ווערן זיי פֿאַרשטרויכלט דורך זייער אייגענעם שלימזל און אַ האַרצלאָזער סיסטעם, אין וועלכער די פֿירמעס ווײַזן ניט אַרויס קיין שום רעספּעקט אָדער געטרײַשאַפֿט צו זייערע לאַנג־יאָריקע אַרבעטער. מילערס קריטיק פֿונעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם בלײַבט בפֿירוש אַקטועל אינעם איצטיקן מאָמענט, אין אַ צײַט, ווען די קאָלאָסאַלע אונטערשיידן צווישן אָרעם און רײַך ווערן אַלץ גרעסער. די ייִדישע ווערטער בכלל און דער אַמעריקאַניזירטער ייִדיש פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם דור אימיגראַנטן בפֿרט טראָגן מיט זיך אויך אַ גאָר טשיקאַוון געפֿיל פֿאַר אַן עולם, אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס איז הײַנט בדרך־כּלל אַ סך רײַכער ווי עס איז געווען דער עולם, וואָס איז געקומען זען דעם ייִדישן נוסח פֿון דער פֿאָרשטעלונג אויף זײַן פּרעמעריע אין פֿעברואַר 1951.

מילערס העלד ווילי לאָמאַן איז דווקא אַ שווערער פּאַרשוין צו שפּילן אים, ווײַל כּדי די פּיעסע זאָל זײַן דערפֿאָלגרײַך, מוז אים דער עולם מיטפֿילן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט גאָר אַ סך חסרונות: ער איז אַ בייזער מאַן, וואָס פֿירט זיך אויף אויף אַ מיאוסן אופֿן מיט זײַן פֿרוי, און האָט דערצו אויך אַ סך גאווה. ניט געקוקט אויף זײַנע פּערזענלעכע חסרונות און דעם פֿאַקט, וואָס די ראַנגלענישן פֿון אַ מענטש, ווי ווילי לאָמאַן, זענען הײַנט פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן בלויז אַ ווײַטע דערמאָנונג, פֿילט דער עולם אין זאַל שטאַרק מיט דעם העלד, אַ דאַנק האָפֿמאַנס אויסגעצייכנטער שילדערונג.

אין זײַן ענערגעטישן אויפֿטריט ניצט האָפֿמאַן אויס דעם קליינעם שטח פֿון דער בינע, כּדי צו ווײַזן ווי צימצומדיק לאָמאַן פֿילט זיך, סײַ דורך זײַן גורל און סײַ דורך זײַנע פֿאַרשידענע זכרונות, וואָס יאָגן אים נאָך און לאָזן אים ניט צו רו. האָפֿמאַן, מיט די קאָנטראַסטנדיקע קליינע באַוועגונגען פֿון זײַן קערפּער, איז מסוגל צו שילדערן די מאָמענטן, אין וועלכע לאָמאַן איז נאָרמאַל (בפֿרט ווען ער רעדט מיט זײַן פֿרוי און קינדער), און ווען ער איז ניט מיט אַלעמען, למשל, ווען ער האַלט אין רעדן מיט זײַן טויטן ברודער בשעתן פֿלאַנצן רעטעלעך אין מיטן דער נאַכט. ס׳איז שווער בײַם איבערלייענען די פּיעסע צו זײַן זיכער, וואָס איז אַן עכטע פּאַסירונג און וואָס איז בלויז אַ הוילע פֿאַנטאַזיע פֿונעם העלד. אין האָפֿמאַנס שילדערונג איז גאַנץ קלאָר, אַז דער העלד שטייט בײַם ראַנד פֿון ווערן עובֿר־בטל. אין אַ קלוגן באַשלוס פֿונעם רעזשיסאָר, משה יאַסור, קומען פֿאָר כּמעט אַלע מאָמענטן, אין וועלכע לאָמאַנס סענילקייט דריקט זיך אויס — אַוועק פֿון דער בינע אין אַ ווײַטערן ווינקל פֿונעם זאַל, וואָס דינט ווי לאָמאַנס הויף. אַזוי אַרום זעט מען, סײַ דורך האָפֿמאַנס שילדערונג און סײַ דורך דעם אָרט וווּ ער שטייט, ווען די קראַנקע פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אַרײַן אין איר נעץ. עס איז טרויעריק צו באַמערקן, אַז לאָמאַנס איינציקע מאָמענטן פֿון רו קומען דווקא פֿאָר אויסער דער בינע, ווען ער ווערט פֿאַרלוירן אין זײַנע סינילע וויזיעס.