אַ מאָדנע וואָרט, „שולדיק‟ — ס׳איז שייך סײַ צו מאָראַל, סײַ צו געלט. אויב איך בין שולדיק געלט, מוז איך באַצאָלן אַ צווייטן; אויב איך בין שולדיק אין אַ פֿאַרברעך, האָב איך זיך מיט עפּעס פֿאַרזינדיקט. פֿאַר וואָס נעמט אַרײַן איין וואָרט ביידע באַגריפֿן?
צום טייל איז אין דעם שולדיק ס׳דײַטשישע לשון — בײַ די דײַטשן האָט ס׳וואָרט Schuld צוויי טײַטשן, סײַ guilt, סײַ debt. חוץ דײַטש, האָבן, דאַכט זיך, אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, וואָס זענען מיר באַקאַנט — ענגליש, פֿראַנצייזיש, פּויליש, רוסיש אאַז״וו — צוויי באַזונדערע ווערטער.
אויף מאַמע־לשון, כּידוע, האָט מען צוויי באַזונדערע סובסטאַנטיוון — „שולד“ און „חובֿ“, נאָר אין שײַכות מיט געלט בלויז איין פּשוטן אַדיעקטיוו — „שולדיק“. מיטן מאָראַלישן טײַטש זענען פֿאַראַן נאָך ווערטער פֿון דעם שורש וואָס „חובֿ“: די אַדיעקטיוון „חייבֿ“ און „מחויבֿ“, ווי אויך די סובסטאַנטיוון „חיובֿ“ און ,,התחײַבֿות“. זעט איר, אין שײַכות מיט געלט האָבן זיך פֿון די אויבן דערמאָנטע ווערטער יאָ אויסגעפֿורעמט אַ צאָל סינאָנימען: „פֿאַרשולדיקט“, „פֿאַרחייבֿט“ אָדער „פֿאַרחובֿט“.
נאָר נישט־געקוקט דערויף וואָס „שולד“ און „שולדיק“ נעמען זיך פֿון איין שורש, איז צווישן זיי דאָ אַ קענטיקער חילוק. דהײַנו, „שולדיק“ איז אַן אַלט וואָרט, אַ והא־ראַיה, דרומדיקע (פּוילישע און אוקראַיִנישע) ייִדן רעדן עס אַרויס /שילדיק/, בשעת „שולד“ איז אַ נײַ וואָרט — אויף וויפֿל כ׳ווייס, רעדן עס אַלע ייִדן אַרויס /שולד/.
אַגבֿ, אויך „אַנטשולדיקן“, כאָטש אַ פֿאַרשפּרייט וואָרט, מוז זײַן נײַ: אַפֿילו דרום־ייִדן רעדן עס אַרויס /אַנטשולדיקן/, נישט /אַנטשילדיקן/. און אַזוי ווי מיר ווייסן שוין, אַז „שולד“ האָט בײַ אונדז נישט געשלאָגן קיין טיפֿע וואָרצלען, דאַרף אונדז נישט זײַן קיין חידוש, וואָס „ס׳איז נישט מײַן שולד“ (אַ קאַלקע פֿונעם ענגלישן It’s not my fault) טויג נישט — אידיאָמאַטיש ייִדיש איז גיכער „איך בין נישט שולדיק“ אָדער „וואָס בין איך שולדיק?“ (פֿאַר וואָס ייִדן האָבן אַזוי ליב רעטאָרישע פֿראַגעס איז אַן ענין פֿאַר זיך).
לפֿי עניות דעתּי איז איינער פֿון די סאַמע חנעוודיקסטע אידיאָמען אויף ייִדיש „ער איז גאָט די נשמה שולדיק“ — אויף ענגליש: innocent as a newborn. אָט דער אויסדריק דעקט זיך מיטן פּוילישן Bogu ducha winien. טשיקאַווע, אַז דאָ איז פֿאַראַן אויף פּויליש דער מאָראַלישער טערמין winien, בשעת ווען מע איז שולדיק געלט, איז דאָ אַן אַנדער וואָרט: dłużny. פֿאַראַן אַזאַ צעטיילונג, למשל, אויך אויף רוסיש vinovat אַקעגן dolzhen.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.