די טראַדיציאָנעלע קרימטשאַקישע חתונה

Traditional Krymchak Wedding

אַ גרופּע קרימער קרימטשאַקעס אין טראַדיציאָנעלע בגדים
Courtesy of crymchaks.org
אַ גרופּע קרימער קרימטשאַקעס אין טראַדיציאָנעלע בגדים

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 20, 2015, issue of November 13, 2015.

דער האַלב־אינדזל קרים, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שוואַרצן ים, איז לעצטנס באַרימט געוואָרן אין דער וועלט צוליב דעם קאָנפֿליקט צווישן אוקראַיִנע און רוסלאַנד. ס׳איז כּדאַי זיך אָבער צו דערמאָנען, אַז אַחוץ די רוסן און אוקראַיִנער וווינען אויפֿן האַלב־אינדזל קרים פֿאָרשטייער פֿון אַ גאַנצער ריי אָרטיקע עטנישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט די אוניקאַלע אָרטיקן ייִדישע עדה, די קרימטשאַקעס, וועלכע האָבן במשך פֿון דורות געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיק טורקיש לשון. הגם די חילוקים צווישן קרים־טאָטעריש און קרימטשאַקיש זענען קליינע, רעפּרעזענטירן זיי באַזונדערע רעליגיעזע און עטנישע קולטורן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער איז אין סימפֿעראָפּאָל, די צווייט־גרעסטע שטאָט אין קרים, פֿאָרגעקומען די פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַעם דאָקומענטאַר וועגן די קרימטשאַקעס. די אָרטיקע קרימטשאַקישע קולטור־געזעלשאַפֿט „קרימטשאַכלאַר‟ האָט איבערגעגעבן, אַז דאָס איז שוין דער זעקסטער פֿילם וועגן דער דאָזיקער ייִדישער עדה. אינעם נײַעם דאָקומענטאַר, וואָס טראָגט דעם נאָמען „דער הייליקער בונד‟, ווערט געוויזן אַ קינסטלערישע רעקאָנסטרוקציע פֿון אַ טראַדיציאָנעלער קרימטשאַקישער חתונה, באַגלייט מיט אַ חנעוודיקער דערציילונג וועגן די קרימטשאַקישע חתונה־מינהגים און משפּחה־שטייגער. די נײַע רעגירונג פֿון דער רוסיש־קאָנטראָלירטער קרימער רעפּובליק האָט געשטיצט דעם קינאָ־פּראָיעקט, צוגעבנדיק דערבײַ אַ געוויסן פּאָליטישן טעם. די רוסלענדישע פֿעדעראַציע קלײַבט זיך איצט אַרײַנצושרײַבן די קרימער קרימטשאַקעס אין דער אָפֿיציעלער רשימה פֿון אַלטגעזעסענע מינאָריטעט־פֿעלקער, וואָס וווינען פֿון קדמונים אָן אויף איר שטח. ממילא, שטיצט זי די קרימטשאַקישע קולטור־פּראָיעקטן.

דער נײַער פֿילם וועגן די קרימטשאַקישע חתונה־מינהגים