(די 2 טע זײַט פֿון 2)
פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן אין קרים געוווינט בערך 6,000 קרימטשאַקעס אָדער „יעודילער‟ — וואָס מיינט „ייִדן‟ אויף זייער שפּראַך. אַ ייִדישע קהילה האָט עקזיסטירט אויפֿן האַלב־אינדזל נאָך מיט איבער 2000 יאָר צוריק; אין יענער תּקופֿה האָבן אָבער די אָרטיקע ייִדן גערעדט אויף גריכיש. די היסטאָריקער זענען זיך משער, אַז אויפֿן סמך פֿון די פֿריִערדיקע אָרטיקע קהילות האָט זיך אינעם 14טן יאָרהונדערט אָנגעהויבן פֿאָרמירן אַן אייגנאַרטיקע ייִדישע עדה. אין אַ טייל קרימטשאַקישע פֿאַמיליע־נעמען באַווײַזן זיך אַשכּנזישע, ספֿרדישע און איטאַליענישע וואָרצלען. עס קאָן זײַן, אַז אַ גרויסע ראָלע אין דער קרימטשאַקישער געשיכטע האָבן אויך געשפּילט די כּוזרים.
די עדה האָט אויסגעאַרבעט אַן אייגענעם נוסח דאַוונען, „מנהג כּפֿא‟, פֿאָרמאַליזירט דורכן קיִעווער פּוסק הרבֿ משה הגולה בערך, מיט 500 יאָר צוריק. צווישן אַנדערע קרימטשאַקישע תּלמידי־חכמים איז געווען הרבֿ דוד בן אליעזר לחנו, דער מחבר פֿונעם היסטאָרישן ספֿר „דבֿר שׂפֿתיים‟ וועגן דער געשיכטע פֿון דער קרימער כאַנשאַפֿט — די מוסולמענישע מלוכה, וועלכע האָט רעגירט אויפֿן האַלב־אינדזל ביזן יאָר 1783, ווען די רוסישע אימפּעריע האָט דאָרטן איבערגעכאַפּט די מאַכט.
כּמעט דרײַ פֿערטל פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער קרימטשאַקישער באַפֿעלקערונג זענען פֿאַרטיליקט געוואָרן בעתן חורבן. הײַנט וווינען אין אוקראַיִנע בלויז בערך 400 פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקע אוניקאַלער ייִדישער עדה. אַרום 600—700 קרימטשאַקישע ייִדן וווינען אין ארץ־ישׂראל; בלויז אַ קנאַפּע צאָל יחידים, על־פּי־רובֿ זקנים, היטן אָבער אָפּ זייער שפּראַך און באַזונדערע טראַדיציעס.
דאָראַ פּיקאָוואַ, די פֿאָרזיצערין פֿון דער סימפֿעראָפּאָלער קולטור־געזעלשאַפֿט, איז דערצויגן געוואָרן אין אַ משפּחה, וווּ מע האָט גערעדט אויף קרימטשאַקיש און געגרייט טראַדיציאָנעלע מאכלים. צום באַדויערן, גייט די שפּראַך אונטער. פּיקאָוואַ באַקלאָגט זיך, אַז די רעשטלעך פֿון איר עדה זענען שטאַרק אַסימילירט. הגם דער נײַער 21־מינוטיקער דאָקומענטאַר, אויסגעשטעלט אָפֿן אויפֿן „יוטוב‟, איז זייער אינטערעסאַנט און באַלערנדיק, ווערט ער געשפּילט אינגאַנצן אויף רוסיש. אויף דער וועבזײַט פֿון דער געזעלשאַפֿט — אויך אויף רוסיש — קאָן מען זיך באַקענען מיט דער טראַדיציע, קולטור און געשיכטע פֿון דער דאָזיקער אייגנאַרטיקער גרופּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.