אַ ייִדיש־קאַמפּאַניע אין דער שטאָט ברעסלע

Promoting Yiddish in the City of Wroclaw

אַ טייל פֿון ד״ר ליסעקס ייִדיש־סטודענטן, בעת אַ לעקציע אין דער רעמאָנטירטער „שיל פֿונעם ווײַסן בושל‟. צווישן זיי: ראַדאָסואַוו מײַעווסקי־שלאָנזאַק (רעכטס); און אַדאַם רײַשיבאַ (לינקס)
אַ טייל פֿון ד״ר ליסעקס ייִדיש־סטודענטן, בעת אַ לעקציע אין דער רעמאָנטירטער „שיל פֿונעם ווײַסן בושל‟. צווישן זיי: ראַדאָסואַוו מײַעווסקי־שלאָנזאַק (רעכטס); און אַדאַם רײַשיבאַ (לינקס)

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 25, 2015, issue of November 13, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט אַגאַ זיך אויך באַטייליקט אין דער „ייִדיש־וואָך‟ פֿון „יוגנטרוף‟.

בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟, האָט אַגאַ דערקלערט, אַז דעם אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור האָט זי געירשנט פֿונעם טאַטן. „ווען איך בין געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט מײַן טאַטע מיר פֿאָרגעלייענט די ׳אײַזנבאַן־געשיכטעס׳ פֿון שלום־עליכם אויף רוסיש‟, האָט זי געזאָגט. „מײַנע ערשטע ייִדישע ווערטער זענען געווען ׳נעבעך׳ און ׳שלעפּן׳, אָנגעשריבן אין דער רוסישער טראַנסקריפּציע.‟

אַגאַ אילוויצקאַ־שעפּאַרד און בענטע קאַהאַן
אַגאַ אילוויצקאַ־שעפּאַרד און בענטע קאַהאַן

פֿון וואַנען האָט זיך גענומען צו אַגאַס טאַטן אַזאַ אינטערעס צו דער ייִדישער ליטעראַטור? „מײַן טאַטע האָט שטאַרק ליב שפּראַכן און דערצו איז ער אַ פֿרומער קאַטאָליק, מיט אַ טיפֿן גלויבן אין דער וויכטיקייט פֿון ברודערלעכער ליבע,‟ האָט זי דערקלערט. „פֿאַר אים איז דאָס געווען אַ מין שליחות.‟ אין 2007 האָט אַגאַ געמאָלדן פֿאַר דער גאַנצער משפּחה, אַז זי וועט נישט בלויז שטודירן די קלאַסישע פֿילאָלאָגיע (לאַטײַן און גריכיש), אָבער אויך ייִדישע שטודיעס. 

„וואָס ווייסטו וועגן די ייִדן?‟ האָט דער זיידע זי געפֿרעגט.

„גאָרנישט,‟ האָט זי געענטפֿערט.

האָט ער זי אָנגעקוקט און געזאָגט: „אויב אַזוי, מוזסטו עס גוט שטודירן, און זיך טאַקע אויסצייכענען בײַ דעם.‟ 

דער זיידע האָט נישט געהאַט קיין גרינג לעבן, האָט אַגאַ געזאָגט. „ער איז געווען אַן אַלקאָהאָליקער, אָבער אַן אמתער מענטש.‟ איין מאָל, ווען דער זיידע איז שוין געווען שטאַרק קראַנק פֿון אַ ראַק, האָט זי געפֿרעגט בײַ אים און בײַ דער באָבען, וואָס זיי געדענקען פֿון די מלחמה־יאָרן. ערשט דעמאָלט האָט ער אויסגעזאָגט דעם שרעקלעכן סוד…